English
ספרייה
kind
paragraph
order
Rt
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און ליישב בשלוה. און בעוסקים, און זעלבסט-פארשטענדלעך, אז זיי ווייסן אז ירידה צורך עלי אז זיי האבן אן עסוק און א שליחות וואס די נשמה דארף דורכפירן אין דער וועלט, אין עולם הזה התחתון, וואס די שליחות הויבט זיך גלייך אן ווי ער קומט אראפ אין עולם הזה התחתון, יצא לאויר העולם. און די נאכמערער דער עוסק ווערט ביי אים אין אן אופן וואס דאס איז בתורה, וואס תורה איז דאך מלשון הוראה, אז ער איז זיך אזוי מתעסק אין אן אופן אז ער ווערט, אדער זי ווערט, א לעבעדיקע אנווייזונג פאר די אלע אידן וואס געפינען זיך ארום אים, אדער ארום איר, און דורך דערויף אויך פאר דער גאנצער וועלט, ווערט דאס א תורה און אן אנווייזונג ווי אזוי די וועלט דארף זיך אויפפירן, עאכו כמה וכמה ווי אזוי מענטשן דארפן זיך אויפפירן, עאכו כמה וכמה ווי אזוי אידן דארפן זיך אויפפירן, אין אזא אופן אז די וועלט זאל ווערן א דירה לו יתברך, דוקא מצד דערויף וואס זי איז בתחתונים, איז דוקא דארטן קען מען אויפטאן דער ענין הדירה, וואס השמים ושבי השמים לא יכלכלוך,"ה זיי קענען ניט פארנעמען דעם גאנצן שטורעם און דעם גאנצן גילוי פון געטלעכקייט. וואו שטייט דאס מיט דעם גאנצן גילוי? שטייט דאס ביי א אידן אין זיין טאג-טעגלעכן לעבן, ווארום ער פירט זיך זיכער אין א אידישן אופן. און נאך מערער דאס הויבט זיך אן גלייך ווי ער האט די עשר כחות הנפש, ומרדה און נתגלה בעולם הזה התחתון שטייען זיי דעמאלט אין אן אופן וואס יושבין, און נאכמערער עוסקים, און נאכמערער בתורה, און נאכמערער שנאמר אז דאס ווערט אין אן אופן וואס דער אויבערשטער ווערט דארט נתגלה, ווי ער איז מבאר בארוכה אין דעם מאמר, אז כאטש אפילו ווען א יחיד
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים