transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1בהמשך להאמור וואס ”וישב יעקב” קומט נאך א פרשה ארוכה וואו ס'רעדט זיך וועגן יושבי הארץ, החורי, און דערנאך אויך בנוגע לאתיו ובניו ותולדותיו וכו,' און ווי רשא איז מפרש אין פשוטו של מקרא,
¶2אז דאס באווייזט, אז אף על פי וואס ס'איז דא אריכות גדולה מיט כמה פרטים ופרטי פרטים טאר יעקב בא זיך ניט זיין ח' ושלום אראפגעפאלן, ואדרבא ”וישב יעקב” ער דארף ”ביקש יעקב לשב בשלוה”.
¶3און אויך בשעת מ'פרעגט, אז יתכן, ווי אזוי קען ער זיצן בשלוה, איז און בעטן אויף דערויף ווען ער האט ערשט אפ געלערנט אין ”תורת אמת” די גאנצע אריכות הסיפור?
¶4ענטפערט מען אויף דערויף, ווי רש"א אין פשוטו של ”מקרא, ואלו תולדות יעקב יוסף” אז דורך דערויף וואס יעקב, יעדער איד וואס ער האט געהערט צו קהלת יעקב,
¶5איז דא ביי אים דער ענין פון יוסף אז ”ילכו מחיל אל חיל” ביז ווי כאמור לעיל אז יוסף לי הוי' 'בן אחר' דער ענין וואס ער איז מושיב בתשובה א רחוק מאכט ער קרוב,
¶6און אויך זיך אליין, ווי ער שטייט במעמד ומצב ווען ער מאכט א חשבון צדק כאפט ער זיך ווי אזוי ווייט ער איז ווי ער וואלט געדארפט זיין ווען ער נוצט אויס כדבעי למיעבט,
¶7איז ער זיך אליין אויך מקרב, אז בערך פון זיין מעמד ומצב שלפני זה ווערט דאס א רחוק שנעשה קרוב דער צווייטער מאל שלום, בית שלום.
¶8און אף על פי כן ווערט דאך לכאורה די שאלה, אמת טאקע אז דאס לערנט אז מ'זאל ניט נתפעל ווערן, אבער פונדעסטוועגן, זאגן אז מ'האט מאריך געווען אזויפיל פסוקים מיט אזויפיל פרטים כדי להגדיל בגדולתו של אותיו און אחרי און יושבו הארץ,
¶9און אז דערפאר פאר זיי זאל מען ניט נתפעל ווערן.
¶10איז דאס פארענטפערט מען אויך מיטן דיוק וואס רש"י ברענגט אראפ דעם לשון המדרש טאקע פון חמנו זל, ער שטעלט דאס אבער אריין אין פשוטו של מקרא,
¶11א ”בית יוסף לאש ובית יוסף” לקש וואס אמת טאקע, אז קש איז דאס ניט קיין מציאות חזקה, אבער אעפ כן איז א קש איז א מציאות,
¶12ואדרבא ס'איז דא ענינים וואס מ'דארף אנקומען צו קש, ווי סכך סוכה וכיוצא בזה, וואס דאס טוט מען על ידי קש.
¶13וכאורה האט מען דא געדארפט זאגן א גרעסערע זאך, אז מ'האט אינגאנצן פארברענט, וואס דעמאלט איז דאך על פי הלכה איז דא א מציאות, בשעת ער איז שורף ווערט דאס אויס מציאות, האט קיין שיעור ניט,
¶14וויבאלד ער איז דאס געווען דער ענין פון שרופה, וואס דאס איז דאך דער אויפטאן פון שרופה לגבי מולל וזירו לרוח וכו' וכו.'
¶15אף על פי כן ברענגט רש"י אראפ און זאגט אז דאס איז פשוטו של מקרא, ובמלשון הכתוב אז בית עושה וועט זיין לקש וואס דאס גיט דעם יסוד פירוש וואס ווערט געבראכט,
¶16וואס דאס שטימט אויך דערמיט ווי אזוי זאגט מען בית עושה לקש בשעת ער זאגט אין פירוש אין פסוק אז לעתיד-לבוא וועלן זיין אומות העולם,
¶17און פון די אומות העולם וועט זיין לעבדו כולם שכם אחד, נאר וואס דען בערך פון אידן ווערן זיי אנגערופן ”ועמדו זרים ורעו צאנכם ”בשעה שישראל אותם רצונם של מקום””.
¶18איז אידן זיינען ניט קיין זרים, און זיי זיינען זרים, אבער דאס איז א מציאות, און מ'דארף האבן די מציאות כדי ס'זאל זיין ורעו צונכם און א איד איז דעמאלט דארף ניט אנקומען צו חורש זורע, וואס דעמאלט איז תורתו מטהי עלי ווארום ס'איז דא דער ”ועמדו זרים ורעו צונכם”.
¶19און אויף דערויף ענטפערט מען, וואס מ'געפינט פארקערט בקש א דבר נעלה, וואס ”תורת אמת” דערציילט, אז מ'האט געדארפט בויען און מאכן לבנים האט מען אנגעזאגט אז ס'דארף זיין קש, און פון די קש וועט מען מאכן לבנים, און מיט די לבנים וועלן זיך מתעסק זיין אידן.
¶20און בשעת מ'וועט דאס בויען פאר פרעה איז אט דעמאלט פסום ורמצום אז ראשון ראשון ווערט אויס מציאות, און בשעת דער איד בויט דאס, ווי ווערט דאס אנגערופן בתורת אמת בשם בנייה.
¶21און ווי בפשטות בנוגע צו שבת, האט זיך משה רבינו געשטעלט אז מ'זאל זיי באפרייען פון די עבודת פרך בא חומר ובלבנים, וואס לכאורה בנייה בשבת וואס האט ניט קיין קיום, איז ווי יעדער מלאכה וואס האט ניט קיין קיום, איז ניטא אויף דערויף קיין חיוב שבת ”על כל פנים מן” התורה,
¶22און דאס איז דאך געווען אין דעם זמן, איידער דגזירות דרבנן איז דאך אויף דערויף דער פירוש, ובפשטות, אז אידן האבן געדארפט מקיים זיין ”ועבדום ועינו אותם” איז בשעת זיי האבן דאס געבויט די לבנים מיטן דורכן קשש האבן זיי געטאן א ענין של חיוב,
¶23קיום הגזירה ועבדום, דערנאך אז דאס איז אריבערגענגען לרשותו של פרעה איז אט דעמאלט איז געווארן דערפון דער פסום ורמצות מיט די פירושי חזל בדבר.
¶24וכמדובר כמה פעמים, וואס דאס איז דאך דער ענין ווי ס'וועט זיין לעתיד לבוא, א בית-אסר לקש איז ניט אז ס'וועט ווערן אויס מציאות, נאר ס'וועט זיין א מציאות פון קש,
¶25און פון אזא מין קש וואס מ'וועט בויען אויך בנינים, כפירוש הכתוב בפשטות, לעבדו כולם שכם אחד און דעמאלט איז ”והיתה להוי' המלוכה” דעמאלט איז 'נראה ונגלה', אז להוי' המלוכה ניט נאר אויף אים קרובו, נאר ”על כל אומות העולם”.
¶26וכמדובר כמה פעמים, איז יעדער ענין וואס וועט זיין לעתיד לבוא, זאגט די גמרא א כלל, אז ס'דארף זיין מדתו של הקב"ה מדה כנגד מדה דארף אזוי טאן א איד מעין זה נאך זייענדיק אין גלות, וואס דורך דערויף ברענגט ער אראפ די גאולה, און ברענגט איר אראפ ביז אין אן אופן וואס ער איז ממהר די גאולה.
¶27וואס דאס איז בהמשך צו דעם ענין עיקרי, אז ס'איז דאך דא ביי אידן ישכר וזבולון וואס דאס איז דער כללות החילוק וואס אידן טיילן זיך כאמור לעיל אויף צען סוגים,
¶28פון ראשיכם ביז ”שואב מימיך” דערנאך איז דא מער בכללות, טיילן זיי זיך אויף ישכר וזבולון ביידע אין אידישקייט, ישכר דער ענין פון תלמידי-חכמים עוסקים בתורה, און דער זבולון דער ענין וואס עוסקים מרא עובדין תבין דורך דערויף וואס עוסקים בפרקמטיא.
¶29וואס ישכר איז דער סדר אז ישכר איז ביי עליך און זבולון איז דער סדר אז 'זבולון בצאתך' אז ער איז יוצא לעולם, ווי ס'איז געווען אויך בפשטות אז ”זבולון לחוף ימים ישכון” אז מ'איז געפארן אין אנדערע לענדער אין אנדערע מדינות, און
¶30דערנאך האט מען דערפון געמאכט עובדין טוין, בשעת מעשה דאס איז אבער געווען 'זבולון בצאתך' וואס בדוגמא כזה איז דאך דאס ”בכל דור ודור”, איז דאך דא בכללות די צוויי סוגים ביי אידן,
¶31אט די וואס עיקר ענינים איז בתורה, און די וואס עיקר ענינים וואס זיי זיינען בעלי עסק, בדוגמא פון ישכר וזבולון 'ובזמן הגלות', בפרט נאך אין עקבתא דמשיחא, אז ס'איז ניטא דער ענין פון ר' שמעון בן יוחאי ”תורתו אומנתו” וחביריו, ווי אפגע'פסק'נט בפשטות אין נגלה, אז בזמן הזה איז ניטא אזא מין מציאות,
¶32נאר וואס דען ס'איז דא אביסל אויך דארפן זיי אנקומען צו פרקמטיא, ארויסגיין מחוץ, על דרך זה איז אויך אין זבולון בכל הזמנים איז דאך א בעל עוסק האט געמוזט האבן 'לימוד התורה', עכ"פ ”פרק אחד שחרית ופרק אחד ערבית”, און ווי מ'טייטשט אפ אין ספרי מוסר און אין חסידות וכיו' בזה,
¶33אז דאס וואס ער לערנט איז ”פרק אחד שחרית ופרק אחד ערבית” בפשטות דער אפטייטש פון פרק דארף דאס אויף אים פועל זיין, אז דאס זאל אים פאנאנדערנעמען און אים מפרק זיין ער זאל ווערן אויס ”מציאות בפני עצמו”, ער ווערט מערניט ווי אט די מציאות וואס מ'דארף אים האבן כדי ער זאל לערנען דעם פרק בתורה.
¶34וואס בפשטות איז דאס, כאמור, ווי מ'זעט דאס בעולם הזה בזמננו במיוחד, אז יעדער איד, איז אע"פ וואס אינם ”דומים זה לזה”, דער איז מערער אין 'לימוד התורה' א צווייטער איז מערער אין לימוד אין עסק שבעולם, אף על פי כן, איז יעדערער האט אויך פון סוג השני,
¶35ישכר האט שבזמננו האט אויך צו טאן מיט עניני העולם, און זבולון מוז אויך האבן דעם ”פרק אחד שחרית ופרק אחד ערבית”.
¶36וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז מ'האט א כלל אין בריאה, אז לי ברא ”הקב"ה דבר אחד בעולמו” לבטלה, וואס דערפון איז פארשטאנדיק,
¶37אז אויב מ'איז מבטל און מ'נוצט אויס די כוחות וואס דער אויבערשטער האט געגעבן ווי דער אויבערשטער וויל איז ער מבטל דעם ענין וואס דער אויבערשטער האט באשאפן לתכלית האמורה, און ער ברענגט דאס ניט ארויס מן הכח אל הפועל, בלייבט דאס לבטלה, א בלבול אין סדר העולם.
¶38אנשטאט דערויף וואס יעדער איד דארף זיין א שותף למעשה בראשית, וואס בגלוי שטייט דאס ביום השבת, וואס דאס איז די שלימות פון כל ימות השבוע איז ווי ער זאגט דער קידוש און ”עשה שותף להקב"ה במעשה בראשית”, א שותף לויט ”תורת אמת”,
¶39וואס אמיתית ענין השותפות איז דאך, אז ניט א טייל געהערט צו איין שותף און א צווייטער טייל צו א צווייטן, נאר יעדער נקודה געהערט צו ביידן, אט דאס איז דער אמיתית ענין השותפות.
¶40קומט ברענגט ער נאך אריין א בלבול, ניט נאר ער איז ניט מוסיף אין מעשה בראשית אין די כוחות וואס מ'האט אים געגעבן במילואם נאר ער לאזט זיי ליגן בבטלה, היפך רצון הבורא.
¶41עאכו"כ ווען דאס רעדט זיך וועגן זבולה און כפשוטו, אט די וואס עיקר ענינם איז בעלי עסק און עיקר ענינם איז פארבונדן מיט יחסים, מיט אומות העולם,
¶42וואס אט דעמאלט האט ער דאך צוטאן מיט זיי מצד פרנסתו, טאקע איז ברשות השולחן ערוך, על פי שולחן ערוך איז דארף זיין די הקדמה פון בית הכנסת און דערנאך לבית המדרש ”ילכו מחיל אל חיל”, און דערנאך ”הנהג בהם מנהג דרך ארץ” ער איז זיך עוסק ”אין דרכו של” ארץ, ישבי הארץ,
¶43אבער דאס איז הנהג בהם ער ווערט דערמיט דער אנפירער, אבער אין וואס פירט ער אן?
¶44אין די ענינים וואס זיינען פארבונדן מיט ארץ.
¶45ביז וואנענט ווי דאס איז דער ענין כפשוטו, אז ער האט צוטאן מיט ניט-אידן.
¶46און אויב ער איז מצליח, און דער אויבערשטער גיט אים ברכתו, ווארום ער פירט זיך ווי דער אויבערשטער וויל, איז ער ראוי אז ס'זאל זיינער האבן די וברכך ”הוי' אלקיך בכל” אשר תעשה איז אט דעמאלט האט ער פארבינדונגען מיט די וואס האבן א שליטה אויף כמה וכמה אינם-יהודים,
¶47ובפשטות ער האט פארבינדונג מיט חוגי הממשלה, אדער בעיר מסויימה, אדער בשכונה מסויימה, אדער אין דער גאנצער מדינה.
¶48און אט דעמאלט, אז ער ניצט ניט אויס אט די כוחות, אז זיי זאלן זיין לתועלת, אז ס'זאל זיין ניט נאר א תועלת פאר אידישקייט און אידן, נאר א תועלת פאר ישוב העולם, וואס ”לא לתוהו בראה אלא לשבת יצרה”, וואס דאס איז דאך דער 'כללות ענין' ז' מצוות בני נח, וואס ענינם איז דאך מצוות שכליות,
¶49וואס זיי זיינען פארבונדן מיט ישוב העולם איז אט דעמאלט נוסף וואס בפשטות טוט ער פארקערט, ווי דער רמב"ם פסק'נט אלס א דין פשוט, אז מ'דארף זיך משתדל זיין אז אומות העולם זאלן מקיים זיין אלע זייערע מצוות מיט אלע פרטים שבדבר, און מ'דארף זיי נאכמער מסביר זיין דאס,
¶50אז זיי דארפן דאס טאן דערפאר וואס אזוי האט דאס אנגעזאגט דער אויבערשטער, בורא עולם ומנהיגו, אע"פ וואס דאס איז מצוות זכריות.
¶51וואס דאס באווייזט דאך, אז ניט נאר ער טוט אפ מהיכי תיתי, נאר ער דארף זיך אין דערויף אויך אריינלייגן און נוצן זיין שכל אויף מסביר זיין דעם ניט אידן אז ער דארף דאס טאן דערפאר וואס אזוי האט אנגעזאגט דער אויבערשטער, ע ידי משה רבינו,
¶52און ער זאל דאס איבערגעבן ”מורשה קהלת יעקב” יעדער אידן און אלע אידן אז אומות העולם דארפן מקיים זיין שבע מצוות בני נח.
¶53און דערנאך זאגט מען נאכמערער, אז די איינרעדעניש, אז מ'קען אויסקומען אן דערויף, ווארום צו אידישקייט האט דאס קיין שייכות ניט האט מען אנגעזאגט בהתחלת פון דעם גלות,
¶54אז ויתפללו בשלום העיר ”כי בשלומה לכם” שלום אז אויב מ'איז זיך ניט משתדל דער וואס קען טאן אין דעם און דאס שאדט ניט,
¶55דאס נעמט ניט צו קיין זיינע זמנים פון 'לימוד התורה' 'וקיום המצוות', ער נוצט דאס אויס ווארום ער געהערט צו זבולון איז אט דעמאלט דארף ער וויסן זיין, אז ווען וועט ער האבן שלום ווען ער וועט זיין גאנץ אויך אין דעם קיום פון דער מצוה, ווארום בשלומה ”יהי' לכם שלום”.
¶56ובפשטות מיינט דאס, אז יעדער איד וואס האט קשרים, אדער קען האבן קשרים, און דאס רירט ניט אן זיין קביעות-עיתים בתורה און דער 'קיום המצוות' בהידור, און זיכער קען מען זיך איינארדענען, אז מ'זאל ניט אנרירן, הלואי וואלט מען אויסגענוצט די גאנצע פרייע צייט, וואס ס'בלייבט מחוץ פון די ביידע ענינים,
¶57אויף 'לימוד התורה' וקיום מצוותי,' ובפרט נאך אט די וואס האבן שוין די קשרים בפשטות, אדער האבן אט די קשרים, און נוצן דאס בנוגע לפרנסתם הגשמיית,
¶58ווערט דאך דא די שטורעמדיקע שאלה היתכן?
¶59בשעת ס'רעדט זיך וועגן זיין פרנסה גשמית, האט ער דעם היתר אויף האבן צוטאן מיט קיין ניט-אידן, האט דעם היתר און נוצט דאס אויף פארבינדן זיך מיט ניט-אידן וואס האבן א השפעה,
¶60און דער וואס האט א גרעסערע השפעה איז ער זיך משתדל ביגיעה עצומה אויף ווערן מיט אים א ידיד, כדי דאס זאל אים ארויסהעלפן אין זיינע ענינים פרטיים, און ענינים הפרטיים אין זיינע פרנסה גשמית.
¶61בשעת ס'קומט צו אן ענין וואס דו קענסט אויסנוצן די פארבינדונגען כדי זיי זאלן מקיים זיין די מצוות התלויים וואס ס'איז שייך צו זיי, וואס זיינען זיי מחוייב צו מקיים זיין, אפילו אז דער שכר איז אינו ”מצוה ועושה” צום חיוב האט דאס קיין שייך ניט, כמבואר ומוסבר אין אחרונים ובכמה מקומות.
¶62און בשעת ס'קומט צו א אידן, צו אן ענין והתפללו ”את שלום העיר” און מ'ווייס אז בשלומה ”יהי' לכם שלום” אט דעמאלט זוכט ער פשט' לאך מיט ענינים און הסברות, אז צו אים האט דאס קיין שייכות ניט, ער דארף לערנען תורה און מקיים זיין מצוות.
¶63איי די שאלה האט דאך אוועקגענומען צייט פון דיין 'לימוד התורה', פון דיין 'קיום המצוות', על כל פנים 'קיום המצוות' בהידור המתאים, כדי דו זאלסט האבן קשר מיט קיין ניט-אידן, און דערנאך זאלסט דאס קענען אויסנוצן אויף פארדינען בעסער אדער לייכטער אויף פרנסתו הגשמיות,
¶64בשעת ס'רעדט זיך וועגן א טובה פאר דער וועלט, אדער פאר א קליינער וועלט, אדער פאר א אידן פרטי, וואס דו קענסט אויף דערויף אויסנוצן דיינע קשרים ווערט ער אט דער רעה וואס צדקתך וצדקתך בלשון הסחת פון דער וועלט, היפך וואס מ'זאגט אל תצדק כהר בו ווערט ער אט דער וואס טוט קאפויר,
¶65און דא קען ער ניט אפגעבן זיך אויף עוסק זיין זיך אין צרכי ציבור פארבונדן מיט ניט-אידן, אנהויבנדיק כאמור נאכאמאל ווי דער רמב"ם זאגט דאס אין א קלארן פסק דין, ווען ער וועט ווערן א ”גר תושב”, דארף מען ווארטן אז ס'וועט בויען די בנה בית המקדש און רוב תושבי' עלה.
¶66די הכנות ער זאל קענען ווערן א ”גר תושב”, וואס דאס ווערט דורך קבלת פון די שבע מצוות, און דערנאך דער קיום בפועל, ווארום קבלה אן הקיום בפועל איז דאך א סימן ער האט ניט מקבל געווען אויף זיך איז אט דאס מוז זיין, כדי בשעת ס'וועט ווערן דער רוב ישבי' עלה וועט ער קענען ווערן א ”גר תשב”.
¶67ובכל אופן, דער ציווי הרמב"ם איז ניט פארבונדן מיט א זמן מיוחד, ”בזמן שבית המקדש הי' קיים”, אדער נאך מערער בזמן שרוב תשבי'עלע במילא,
¶68אז ס'איז ניט געווען קיין שמיטין ויובלים בשלימותם, איז אויך ניט געווען קיין ”גר תשב” איז דאס חס ושלום ניט ממעט דעם ציווי וואס דער רמב"ם ברענגט דאס בפשטות אלס א הלכה די השתדלות אז 'כל האומות' זאלן מקיים זיין זייערע מצוות.
¶69וואס בפשטות מיינט דאס, אזוי ווי בפרט אין מדינה זו, וואס דא דארף מען דאך ניט האבן קיין ראיות אז בשלומה ”יהי' לכם שלום”, בפרט נאך אט די וואס זיינען געקומען מאחורי מסך הברזל, ובפרטיות אט די וואס געפינען זיך ”אין ארצנו הקדושה”,
¶70וואס אף על פי וואס ”לא ינום ולא יישן שומר ישראל” און ”עיני ה' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה” האט דער אויבערשטער געוואלט, אז וויבאלד אז מ'געפינט זיך אין גלות זאל דאס זיין אויך אנגעטאן אין לבושי הטבע, און דערפאר דארף מען אנקומען מצד דערויף וואס דער אויבערשטער וויל אזוי,
¶72און ”זאתותינו לא ראינו ואין” ”איתנו יודע עד מה”, וויל דער אויבערשטער, אז דער ניט-איד זאל זיין ”מלכים אומניך ושרותיהם” מניקותיך ער זאל אים ארויסהעלפן סיי בענינים וואס זיינען פארבונדן מיט שנים כתיקונם, בנוגע צו משק וכלכלה וכיו צו בזה,
¶73עאכו"כ אז ס'ווערט מלכיות מתגרו זו בזו, איז דאך כסדר ווי גלות איז הויבן זיי אן זוכן אפשר קען מען אין דערויף אריינציען א אידן און ארויפשטעלן אז ואידת חקיר רחמנא ליצלן און א איד ווערט דערפאר מתפעל,
¶74און לויבט אנטקעגן און שרייט אז דאס איז צדק ויושר, אז מ'דארף אים גיין חוקר ודורש זיין ס'האט דאך געטאן ענין פלוני.
¶75וויסנדיק, אז בשעת ער שטעלט אויף אט די חקירה קומט צופארן אט דער וואס האט אפגעטאן די מעשה בפועל, און קומט צופארן אין דער שטאט פון וואנענט ס'קומט אט דער טומל, היתכן, איר האט געהאט אין דערויף א חלק, און מ'איז אים מקבל פנים מיט כבוד מלכים!
¶76וואס ער אליין איז מודה, אז ער איז דאס דער וואס האט אהינצו אריינגעשיקט זיינע מענטשן און זיינע חיילים, און זיי האבן אפגעטאן אט דעם ענין.
¶77ווילסט מאכן א חקירה ודרישה?
¶78הויבן פון אנהויבס! לכל לראש זיין חוקר ודורש ווער ס'האט געטאן די מעשה בפועל, דערנאך ווער ס'וועט זיך חוקר ודורש זיין לאחרי ווי דו וועסט מפרסם זיין,
¶79אז מעשה בפועל האט געטאן פלוני בן פלוני און דער עומד בן ראשו ומפקט שלו איז פלוני בן פלוני וועט צוגי צו דעם שלב שני, ווער ס'האט געהאט אויף דערויף אן ענין של מסייע אדער אן ענין וואס עומד ושותק וכיו' בזה, האט מען דעם ערשטן שלב אינגאנצן ארויסגעלאזן,
¶80האט אפילו מורא געהאט צו מאכן א טומל אין דעם אן עבידת חקירה, דו האט מען ניט געדארפט האבן קיינע חוקר ודורש ער האט אליין מודה געווען, און איז ”מודה עד היום הזה”, און מ'זאגט נאכמערער, אז ער האט געטאן א ענין ”של צדק ויושר”,
¶81און דא האט מען אויפגעשטעלט דוקא אין 'ארץ הקודש', וואס דארטן דארף מען זען ”עיני ה' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה”, און ער לויבט זיך, און ער לויבט ער זיך ממילא אנדערע מ'זאל איבערשפרינגען דעם עיקר הענין, ניט דערמאנען חס ושלום ווער ס'האט אפגעטאן דעם ענין בפועל.
¶82מ'האט דאס ניט געקענט מעלים זיין, האט מען זיך געשושקעט צווישן זיך, אז פלוני בן פלוני האט געטאן דעם ענין, דעם פרט, און דער צווייטער האט געטאן דעם צווייטן פרט ס'איז געקומען צו ענינים שבפומבי,
¶83ו דיבור בפומבי האט מען מורא געהאט וואס הייסט מ'וועט זיך מתגרש זיין באומות מיט אט דעם וואס ער האט אפגעטאן די גאנצע מעשה בפועל מתחילה ועד סוף ס'איז דער חקירה איז ווער האט אין אים מסייע געווען און ווער איז געשטאנען ”מן הצד” און האט זיך ניט געמישט וכיוצא בזה.
¶84וואס אויב מ'דארף האבן נאך א ראי' אז ס'איז נאך פאר ”אתחלתא דגאולה” און אז אין 'ארץ הקודש' איז א גלות כפול ומכופל, וואס ”לא היה כמוה לעולמים” אז זיי זיינען אראפגעפאלן פאר גויים ווי מ'פירט זיך דארטן, ווארום דארטן טוט מען דאס בשם 'כלל ישראל'.
¶85א איד אין חוץ לארץ, אז ער פאלט אראפ בא זיך פאר א גוי איז דאס היפך ”תורת אמת”, היפך הדינות שולחן ערוך, דער דין אין שולחן ערוך הויבט זיך אן גלייך אין ערשטן סימן, אין ערשטן חלק, אין ערשטן סעיד,
¶86שויתי הוי' לנגדי שמים, און דער דין איז אין הלכות מלכים, אז בשעת מ'שטייט בפני המלך און מ'זאגט אויפן שר זיינעם, וואס דער מלך אליין האט אים ממנה געווען, און מ'זאגט אויף אים א תואר איז אט דעמאלט איז דאס א מרידה במלכות,
¶87אז ער הויבט אן פון שולחן ערוך בתחילתו ”שויתי הוי' לנגדי תמיד” און מיינט דאס מיט אן אמת, וויסנדיק אז דאס מיינט מען אים ובפשטות, א לשון פון א הלכה קען מען ניט טייטשן אז דאס מיינט מען רמזים.
¶88לכל לראש דארט איז דא רמזים, און ס'איז דא סודות, על אחת כמה ו”כמה אין שויתי הוי' לנגדי תמיד” אנהויבנדיק וואס דאס איז דאך אויך בהתחלה פון צוות הרבש, פון דעם בעשם טוב,
¶89אבער לכל לראש מיינט מען דאס דעם ענין בפועל, איז אט דעמאלט אז ער מאנט זיך אויף א גוי און ווערט בא זיך אראפגעפאלן איז רחמנא ליצלן, ווי געמאנט פריער, היפך פון א ליכתא לד' צטרי ולמעלה ולמטה דער ענין פון קריאת שמע.
¶90בנוגע לעניננו, דאס איז דאך דער מאמר המוסגר, וכאמור ”המעשה הוא העיקר” וואס נעמט מען דערפון ארויס די הוראה בפועל?
¶91אז אף על פי וואס ”אני נבראתי לשמש את קוני” די גאנצע מציאות פון אן אידן איז כדי ער זאל דינען דעם אויבערשטן.
¶92ווי אזוי דינט מען דעם אויבערשטן?
¶93שטייט אין שולחן ערוך, אז דאס איז דורך 'לימוד התורה' 'וקיום המצוות', דערנאך איז דא הלכות וואס מכמה סיבות זיינען זיי ניט געבראכט אין שולחן ערוך, אבער געבראכט אויך אין פוסקים, ביז אין דעם רמב"ם, כידוע דער פתגם וואס איז אנגענומען געווארן אין 'כלל ישראל',
¶94אז ממשה עד משה לא הי' כמשה גייט דאס אויף דעם משה פון וואס דאס איז דער רמב"ם, וואס דער פסק דין האמור די השתדלות אז אומות העולם זאלן זיי העלפן
¶95און טאן כל התלוי בכל אחד ואחת אז זיי זאלן זיך פירן לויט די אנווייזונגען וואס דער אויבערשטער עי' משה האט איבערגעגעבן דורך אידן צו זיין די שבע מצוות בני נח.
¶96וכאמור לעיל, מ'האט אויך שכרו בצדור, אז בשלומה ”יהי' לכם שלום”.
¶97וכאמור, דאס איז סדר 'בריאת העולם', וואס דער אויבערשטער האט אזוי געוואלט, אז יעדער ענין זאלן ארויסנעמען מן הכח אל הפועל, על אחת כמה וכמה אז ער ניצט אט די פארבינדונגען בהנוגע צו ענינים פון ענינים גשמיים,
¶98על אחת כמה וכמה אז ער דארף דאס נוצן די פארבינדונגען אין ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט אידישקייט, און אויך פארבונדן מיט דעם ענין וואס ניט א איד דארף זיך פירן בצדק ויושר ווי אלע שבע מצוות בני נח מיט כל הסעיפים שבזה.
¶99וואס דאס איז, כאמור, ווי דערמאנט פריער, אז אין דער מדינה, מדינת חסד בהנוגע צו אידישקייט ותורה ומצוותי', דארף מען ניט זוכן קיין ראיות אז בשלומה ”יהיו לכם שלום” בפרט אט די וואס זיינען געקומען מאחורי מסך הברזל,
¶100און א זיכערע זאך אז מ'דארף זיי באצאלן מיט טובה בכל ענינים האפשריים, בפרט נאך אט די ענינים וואס שולחן ערוך הייסט דאס טאן, אויסנוצן די קשרים, וכאמור לאו דוקא אט די וואס האבן די קשרים הכי גבוהים, אפילו אט די וואס האבן די קשרים ניט דוקא אין עיר הבירה, נאר אין א בירה פון א סטעיט,
¶101אדער אין א עיר גדולה סתם, אדער אין א שכונה וכו פון ניט-אידן, כדי אריינברענגען דארט זאל זיין דער ענין פון ”לשבת יצרה” דורך שבע מצוות בני נח,
¶102ובפרט נאך אז בימינו אלו איז דאס אן ענין וואס ס'איז פארבונדן נוסף אויף דעם ציווי פון קיום הציווי, אז בני נח זאל מקיים זיין די שבע מצוות איז דאס פארבונדן מיט א ענין פון קידוש השל,
¶103און דערפון פארשטאנדיק דער ענין פון די הפכים חס ושלום, כידוע דער סיפור פון ”שמעון בן שטח” מיט דעם חמור מיטן אבן תבל וואס איז ידוע מפורסם.
¶104וכידוע וכמדובר כמה פעמים, מ'דארף ניט זוכן אין זמנים וואס ס'איז געווען ב”זמן התנאים ואמוראים” מ'זעט דאס 'בעיני בשר' במוחש, אז בשעת א איד פירט זיך לויט די אנווייזונגען פון שולחן ערוך אויך בהנוגע צו ניט-אידן איז אט דעמאלט זעט מען אז דאס איז קידוש השם בפועל.
¶105וואס דאס איז, כאמור, די הוראה במעשה בפועל מכל האמור, און דאס איז אויך א ביאור און דער קשר צו י'ט'כסלו, וואס מ'געפינט א דבר פלא, דער בריוו וואס דער אלטער רבי, דער בעל הגאולה, האט געשריבן וועגן זיין גאולה, איז דער בריוו הכי מפורסם וואס ער האט געשריבן צו ר' לבוא יצחק ברדיטשאו, ער איז אוהב ישראל המפורסם וידוע,
¶106און ער שרייבט דארטן די פרטים, אז דאס איז געווען ביום ההילולא פון דעם מגיד, אז דאס איז געווען ביום השלישי שהוכפל בו כי טוב, אז דאס איז געווען ווען ער האט געזאגט ”פדה בשלום” וקודם ”שהתחיל פסוק שלאחריו”,
¶107איז ער נתבשר געווארן און איז מסיים דעם מכתב אויך מיטן ווארט שלום דערביי איז ער אבער מקדים לפני זה, אז אויך העמים ועשרים האבן געזען אז דאס איז געווען א נס, און יד ”ה' עשה זאת” ס'איז א דבר פשוט ומובן מעצמו, מ'דארף דאס ניט מסביר זיין, אז חס ושלום, אז דער אלטער רבי האט זיך געוואלט מתפער זיין,
¶108בפרט נאך ווען ער שרייבט צו ר' לויעי יצבא ברדיטשאווער, שר הנס, דער אויבערשטער האט אים באוויזן, בפרט נאך ער שרייבט אליין אני איש ”על הנשים” ווי קומט דאס אז דורך אים איז דאס געווען, נאר דאס איז בזכותו וואס ער האט זיך מתעסק געווען אין ישוב פון 'ארץ הקודש'.
¶109ווערט דאך דא די שאלה, לאחרי ווי ער איז מסביר הפלו והגדיל הוי' עמנו און חזר"ט דאס איבער דריי מאל, איז מסיים אז דאס איז פארבונדן מיט הילולא פון דעם מגיד וואס איז דא נוגע אז די עמים ושרים האבן געזען אז דאס איז געווען א נס פון דעם אויבערשטן?
¶110און וועמען איז דאס נוגע?
¶111ס'איז נוגע דעם אלטן רבי'ן, בשעת ער פארבינדט זיך מיטן ר' בליצח ברדיטשעווער, און זיי ביידע זאלן וויסן, און ס'זאל אראפקומען בכתב, דערנאך ווערט דאס אפגעדרוקט און ס'ווערט א פרסום לדורות, כפתגם פון דעם צמח צדק, אז אויך די עמים ושרים האבן געוואוסט אז דאס איז א נס!
¶112ס'איז דא אזוינע ניסים וואס אין ”בעל הנס מכיר בנס” אפילו אידן הכי גדולים זענען דעם נס, דערנאך איז דא ניסים וואס א איד זעט.
¶113וואס ווערט דורך דערויף אויפגעטאן?
¶114”אין המעשה הוא” העיקר אז בשעת א איד זעט אותיות ומופתיות, אן ענין של ניסים, על ידי הצדיקים הויבט דאס אים אויף, ערים נשיא 'על ההרים' הויבט דאס אים אויף פון זיין גלות-קייט, פון זיין זיין אין גלות,
¶115דאס הויבט אים אויף אין 'לימוד התורה' 'וקיום המצוות', וויפל ער האט ניט געלערנט ביז דעמאלט מפני טבע, אדער טבע שהורגל בו, איז דאס ביי אים געווארן טבע שני, לערנט ער און איז מקיים מצוות בהידור אין אן אופן פון רים 'ניסי על ההרים', העכער ווי ס'איז געווען ביז דעמאלט.
¶116דא זאגט מען, אז ס'איז געווען ן ענין של חידוש, אז אויך עמים ושרים האבן אויך געזען א נס.
¶117איז דער ענין בפשטות, וכמדובר כמה פעמים, אין יעדער ענין דארף מען דאס פארבינדן מיט מעשה, דארף מען דאס פארבינדן אויך מיט אט די אידן וואס מאיזה סיבה שתהי' האבן זיי א שייכות לעת עתה מערניט מיט עשי' בפועל, נאך ניט מיט 'חכמה בינה' דעת מיט שכל והבנת השגת הענינים.
¶118זאגט מען נאכמערער, כפסק דין האמור, אז מ'דארף זען פועל זיין אין אימים ושרים, און פועל זיין אין אימים ושרים, אז זיי זאלן וויסן אז 'יש בעל הבית לבירה זו' פונקט ווי דאס האט געטאן דער ערשטער איד,
¶119דער ”אחד היה אברהם” אז היה העולם משתמש באפילה איז ”ויקרא שם בשם הוי'א-ל עולם”, ”אל תקרא ויקרא אלא ויקרי”,
¶120ניט נאר דער שמות יצוה את ביתר ואת ”בניו אחריו”, נאר בשם הוי'א-ל עולם אז הרגיל ”שמו בפי כל יושבי הארץ”, ווי רש"י ברענגט ס ר פ ין פ וטו ל מקרא ון ס יז עווען י מע בו ס ים לבנים,
¶121ז ס ייט ריין ין ליחו ון פ פון י ן, ז ס'ז ל זיין לתרא ויקרא פ ר זיך, נ ר ויקרי ער ז ל פועל זיין ביי י ן י ן, ז ער ניט י ז ל רייען, ז י ל ויפל הוי' לראות בארץ", אז די עמים ושרים זאלן זען אז יד הוי' עשה זוי.
¶122וואס אט דעמאלט פועל"ט דאס בא זיי זיי אויך א הגבעה בגבי מעמדם ומצבם.
¶123וואס דאס איז אויך מוסיף די גאולה פון דעם אלטן רבי'ן איז דאך געווען גאולת התורה, דער מאסר שלו איז געווען דערפאר וואס ער האט זיך עוסק געווען אין הפצת המעינות.
¶124דאס וואס ער האט געלערנט פאר זיך, אדער מערניט ווי מיט זיינע תלמידים וואלט דאס ניט מעורר געווען די ענינים וואס האבן דערנאך געבראכט לידי המסר,
¶125סיי ווי די ענינים זיינען בפשטות, אויך ווי די ענינים זיינען אין רוחניות הענינים, כידוע דער סיפור פון דעם מגיד מיט דעם אבן טוב פון כתר המלך וכו.'
¶126דער זאך אבער וואס ער האט מפיץ געווען תורתו, און אין אן אופן אז דאס האט אויך גע'פועל'ט בא די ניט-אידן שמסביבו, ווארום ער האט זיך משתדל געווען אז יעדער איד זאל מקיים זיין כל התלוי בו, כולל אויך דעם ציווי הרמב"ם, וואס ווערט געבראכט בפירוש אין רמב"ם אבער דאס איז א דין אין תורה איז אט דאס האט אויפגעטאן אויך אין דער גאולה,
¶127אז ס'האט פועל געווען אויך ביי עמים ושרים, אז דער נס האט אויך געווירקט אויף זיי, אז זיי האבן זיך אויפגעהויבן העכער.
¶128ביז וואנענט אז ס'איז געווארן בפשטות דער הפצת המעינות לאחרי המסע, נאך מערער ווי ס'איז געווען קודם המסע, דורך דערויף וואס מ'האט באקומען א ראשון מיוחד, אז מ'זאל ניט טשעפען און מ'זאל ניט מונע זיין וכו' וכו' וכו.'
¶129ביז וואנענט ווי כאמור אויך פון דברי ימי חייו פון דעם אלטן רבי'ן ווייס מען אז ער האט זיך געמישט אין עניני המלוכה, האט אויך אנגעזאגט פון זיינע תלמידים, און געמאכט זיי פאר שלוחים אז זיי זאלן זיך מישן אין די עניני המלוכה, ועד כדי כך אז דערנאך איז דערפון ארויס ער האט באקומען א תואר מיוחד,
¶130ובפרט די בני ממלאי מקומו און די נשיאים שלאחריו, אז פטאמסטענע פטשאטנע רשדנין, א תואר מיוחד לויט דער הנהגה המלוכה אין רוסלאם, בהת ההיא, וואס דאס האט געגעבן בשלומה ”יהי' לכם שלום” סיוע אין הפצה פון אידישקייט בכלל, אין הפצת המעינות במיוחד.
¶131וכאמור, דאס האט ער ניט געטאן מערניט אלס ”מורם מעם” יחידי סגולה און דאס איז ניט קיין פלערנונג פאר אנדערע דערציילט מען ט די סיפורים, מ'דערציילט אויך אז ער האט אויסגעקליבן מיט תלמידיו וואס זיי זאלן זיך אויך מישן זיך און פאנאנדערקלייבן זיך און מסייע זיין אין הנהגת המלוכה,
¶132סיי אין עיר הבירה, בפרט דערנאך אז ס'איז געקומען דער זמן וואס מלכיות מתגרות זו בזו, און מ'האט געזען די תועלת וואס איז דערפון ארויסגעקומען פאר אידן, און פאר אידישקייט און פאר ניט-אידן.
¶133וואס דאס איז אויך דער ענין וויבאלד אז די נשיאים האבן איבערגעגעבן פון דער זיין הנהגה איז אין דערויף אויך א הוראה, ובנקודת הסיכום, אז דערפון לערנט מען אפ, בפרט נאך אז מ'שטייט אין זיין יום הגאולה,
¶134די נתינת כח, במילא האט ער דערנאך דעם חיוב אויף ארויסברענגען דעם כח אל הפועל, אויף אויסנוצן אלע זיינע קשרים וואס ער האט מיט ניט-אידן, אויף ארויסהעלפן דורך דער אים אלע ענינים פון אידישקייט,
¶135ארויסהעלפן די ניט-אידן אז זיי זאלן שטיין במעמדם ומצבם כדבעי וועט די וועלט זיין כדבעי.
¶136ווי דער רמב"ם איז מאריך בפירושו על המשניות בארוכה, אז ”כל העולם לא נברא אלא לצוות לזה” כדי א איד זאל קענען זיך פירן ווי א איד דארף ער זען און דארף האבן, אז די וועלט זאל זיין ווי זי דארף זיין.
¶137דערנאך הויבט זיך אן די שאלה און די ”תואנה הם מבקשים” פירוש המשניות איז דאך ניט קיין פוסק, פתח'נט דאס דער רמב"ם אפ אין הלכות 'יד החזקה' שלו, און צוויי מאל, סיי אין הלכות תשובה, סיי בסיומו וחותמו, אין הלכות מלכים ומלחמותיהם,
¶138אז לא ”נתאוו כל ישראל” וחכמים ונביאים לימות המשיח צוליב דעם מעדני' וכו,' נאר וואס דען, כדי ס'זאל ניט זיין קיין מלחמות,
¶139און כדי ס'זאל זיין א רואיקע וועלט, און כדי ס'זאל זיין דער ”שלום בכל העולם כולו” וועלן זיי דעמאלט קענען זיך פירן, ווי א איב דארף זיך פירן לאחרי ביאת משיח, ”ובהקדמה והכנה לזה, קודם” ביאת משיח, לדעת, ”דעת בוראם, כפי” שירץ שכל אז נבראה מגיעה.
¶140וואס דאס איז דער דעת אלקי אביך, און ווי התחלה פון ספר הרמב"ם קשור בסיומו, אז כיצד יבוא לאהבתו וליראתו, וואס אהבת ה' איז ”כללות כל רמך מצוות עשה”, און יראת ה' איז כללות כל שסן מצוות ל-תעשה, איז ווי אזוי וועט ער אנקומען צו די כללים און דורך זיי צו די פרטים?
¶141ע'שיתבונן בגדולת מעשיו ער איז זיך מתבונן וואס ס'טוט זיך אין וועלט, און דארטן זעט ער ”חכמתו ובינתו ודעתו של” הקב"ה,
¶142מיט די אריכות הביאור גלייך אין הלכות יסודי התורה בתחילתו איז דאס דורך דערויף וואס ער פארבינדט זיך און איז זיך מתבונן אין דער וועלט, און דורך דערויף טוט ער אויף בנוגע לעצמו אהבת ה' און יראת ה',
¶143כולל רמ"ך מצוות עשה אנהויבנדיק פון ”תלמוד תורה כנגד כולם”, ושמירת שסן מצוות ל ותעשה וואס דאס קומט בשרשם וכללותם מיט דער ענין פון יראת ה כמבואר בפשטות אין פירוש הרמב"ם.
¶144וואס דאס איז אויך דער לימוד נוסף, ובפרט אין דער קביעות פון שנה זו, אז יו תס כסלו קומט גלייך ווי מ'האט געלערנט און געלייענט און געלערנט בתורה דעם ריבו וואס איז דא אין עשיו און אין חורי און אין יושבי הארץ וכו', און מ'ווייס אז דאס איז א ענין וואס ”תורת אמת” דערציילט,
¶145און מ'ווייס אז ”כל מה שברא הקב"ה בעולמו לא בראו אלא לכבודו”, פרעגט זיך די שאלה וואס וועט מען טאן מיט עשיו ותולדותיו?
¶146זאגט רשי אין פשוטו של מקרא ביום ראשון שלאחרי שבת זה, אז מ'וועט מאכן פון נוסף א קש, וואס פון דעם קש ווערט כושטו לכם קש,
¶147ולבנה, און מ'מאכט לבנים, און דערפון ווערט א ”מלאכה האסורה בשבת”, דערפאר וואס דאס איז א מלאכה פון תיקון ובני כל זמן דאס געפינט זיך ביי א אידן און ס'געפינט זיך אין אידישקייט.
¶148און אט דעמאלט ווערט דער ”והיתה להוי' המלוכה” נאך אין די לעצטע טעג פון גלות, כאמור לעיל, ווארום מ'שטייט אין א מעמד ומצב וואס ”מלכים אומניך ושרותיהם” מניקותיך, און א איד דארף טאקע מפני חושך הגלות אנקומען צו דער סיוע און דעם עזר וואס גייט דורך די צנרות פון אומות העולם,
¶149עאכו"כ פון א מלכות של חסד, אבער ער שטייט דערביי ”בקומה זקופה” און דערציילט זיי אז אלע ז' מצוות בני נח איז דאס דערפאר וואס דער אויבערשטער האט אזוי אנגעזאגט,
¶150און דאס וואס ער קומט בא זיי בעטן ממון אדער עזר אין כלכלה אדער עזר אין נשק טוט ער דאס דערפאר וואס דער אויבערשטער האט אים אזוי געהייסן אז וויבאלד אז ער דארף נאך זיין אין גלות שקודם ביאת משיח צדקנו,
¶151דארף ער אנקומען צו 'דרכי הטבע' מוז ער האבן ממון על ידי אינם-יהודים און נשק וואס קומט פון אינם-יהודים איז אט דעמאלט שטייט ער ”קוממיות, בקומה זקופה” ווערט דער ענין שלפני זה ”ונתתי שלום בארץ” א שלום אמיתי,
¶152ווארום דאס אליין שרעקט אן, אז ”וראו כל עמי הארץ כי שם הוי' נקרא עליך” אפילו אט די וואס געפינען זיך בסמיכות מקום ניט מעבר לים, ואדרבא די וואס געפינען זיך בסמיכות מקום זעען נאך מערער אז ”שם הוי' נקרא עליך” ווארום ס'איז דא די ”תפילין שבראש”, און כל התורה כולה הוקשה לתפילין,
¶153איז בשעת ”אלו תפילין שבראש”, מ'באווייזט מיט א פינגער, אט גייט ער מיט 'תפילין שבראש' איז אט דעמאלט דער ניט-איד וואס געפינט זיך מחוץ לגבול, ווערט בא אים דער ענין פון ”ויראו ממך”, יראת הכבוד, ווארום ס'קומט ניט צו קיין מלחמה און ס'קומט ניט צו קיין ענין פון עונש וכיוצא בזה,
¶154וחרב לסבר בארצכם ”אפילו חרב של שלום”, פון די אומות וואס זאגן אדער זיי מיינען טאקע שלום מערניט ווי אויף אפהיטן אז ס'זאל זיין שלום, איז דאס איז דארף מען אויך ניט האבן, ווארום ונתתי דער אויבערשטער גיט דעם שלום, און דער שלום איז דאס אויסגעהאלטן ע ל פי השולחן ערוך,
¶155ניט רחמנא ליצלן, היפך דין השולחן ערוך, אז מ'איז מתקן, להי' לא תהי' די בטחון פון א אידן און פון א ציבור אידן, און פון די 'ארץ הקודש', דורך אפגעבן ענינים של בטחון ו”של כלכלה ושל” משק,
¶156וואס קיינער האט ניט גערעכנט פון צווישן אומי העולם אז מ'וועט דאס טאן מ'האט דאס געטאן ”על חטש שחטנו לפניך ביצר הרע”, דער יצר הרע האט דאס אויך ניט געוואלט, מ'האט אים אנגערייט ”שחטנו לפניך ביצר הרע” אזויפיל אראפגעפאלן פאר גוי'שקייט, שבקרבו, כל זר אשר בקרבך,
¶157ביז וואנענט ער רייצט אן זיין יצר-הרע, ער זאל טאן א ענין וואס דאס איז היפך שכל הפשוט, אפגעבן ענינים של בטחון אין שעת חרם, הי' לא תהי', אפגעבן ענינים של קיום בדרך הטבע, מ'געפינט זיך אין גלות דארף מען אנקומען צו 'דרך הטבע', וואס כאמור, קיינער האט זיך ניט געריכט אז מ'וועט דאס טאן בפועל,
¶158און איבער'חזר'ן דערנאך דעם זעלבן טעות איצטער אין לבנון, מ'האלט הונדערטער און טויזנטער אידישע חיילים, מ'לאזט זיי ניט פארענדיקן זייער שליחות וואס זיי האבן אהינצו געשיקט מלכתחילה, און ס'איז מלכתחילה געווען די הצעה מיט א ראי' מוכחת פון די מומחים לאנשי צבא,
¶159אז אויב מ'וועט דאס פארענדיקן ”בשעתא חדא ובריגעא חדא”, איז דאך קיינער ניט געריכט אויף דעם, און דעמאלט וועט דאס זיין אפגעטאן אין געציילטע טעג, וכאמור בעמל בארוכה מ'איז אוועקגעפארן פון דאנענט פון דער עיר הבירה, מ'זאל ניט קענען אויף זיי לוחץ זיין, און מ'האט זיי מודיע געווען, אז מ'פארט אוועק אויף א משך זמן,
¶160האט מען אנגעהויבן טאן, און מ'האט זיך דערשראקן פאר גוי'שקייט שבקרבו!
¶161במילא האט ער אראפגעווארפן דער חטנו ביצר הרע איז געווארן דער שרעק פאר א גוי כפשוטו, וואס יענער האט דאס גארניט געמאנט, און מ'האט אפגעשטעלט מ'זאל שטיין אויף אן ארט, און מ'זאל ניט מגין זיין על עצמו איידער דער צד שכנגד הויבט דאס אן, במילא פאלן רחמנא ליצלן קרבנות במשך שבועות וחדשים אלו,
¶162וואס בדרך הטבע האט מען דאס געקענט אויסמיידן, ווי מ'האט לכתחילה אנגעזאגט כל המומשים פון צבא פה אחד, אז דאס איז די וועג וואס ס'וועט זיין דער מינימום פון קרבנות, דער מינימום פון פתועים, סיי פון צווישן אידן סיי פון צווישן ניט-אידן.
¶163אויב מ'וועט דאס פארציען, איז כל יום ויום, פונקט ווי ס'איז געווען אין די מלחמה הנקרל בשם מלחמת יום הכיפורים, אז דורך דערויף וואס די פאליטיקער און די וואס זיינען בא זיך געווען אראפגעפאלן פארן גלות האבן ניט צוגעלאזט אז מ'זאל אננעמען די עצה און די הוראה ברורה פון אנשי צבא,
¶164און מ'זאל מאכן א גיוס פון דעם צבא וואלט דאס אנגעשראגן, און ס'וואלט ניט געקומען לידי מלחמה, און מ'האט דאס געזאגט ברור, און בשעת מ'האט געהאנדלט וועגן אט דער שאלה, ווי מ'האט שוין דערנאך מגלה געווען און אפגעדרוקט, אז אזוי איז געווען די מעשה בפועל, און זיי זיינען געווען די מוגע לב וואס האבן דאס אנגעטאן,
¶165אז דאס איז ”אל תתגרה באומות” מ'טאר ניט אנרייצן קיין ניט-אידן, במילא מוז מען זיך איינטשעלן אין סכנה, און ניט מאכן קיין גיוס,
¶166און ניט מאכן כלכתחילה ענינים וואס קען אויסגעטייטשט ווערן אז דאס איז ניט הגנה נאר התקפה, און ס'האט דערנאך געבראכט רחמנא ליצלן הי' לא תהי הונדערטער און הונדערטער קרבנות, נוסף אויף די פצועים וואס די עלמנות און די יתומים גייען איצטער ארום אין די גאסן, אין 'ארץ הקודש'.
¶167און די זעלבע מוגיא לאים, טרעפן אן די עלמנות און די יתומים, און דערנאך איז מען געקומען, כמדובר, אויף דער זיצונג וואס מ'האט באהאנדלט אט די פראגה, און מ'האט זיי געזאגט בפירוש אז ס'איז דא צוויי וועגן דער וועג וואס אנשי הצבא זאגן פה ברור, אז מ'זאל דאס זען פארענדיקן וואס פריער,
¶168און יעדער טאג וואס מ'וועט דאס מאכן שנעלער וועט דאס פארשפארן קרבנות, סיי פון צווישן אידן סיי פון צווישן ניט-אידן.
¶169און מ'האט זיי פארשריען, און ניט געלאזט קומען צו דער מעשה ווי די החלטה זאל זיין כדי טאן, און ס'ציטט זיך א מעשה חדשים נאכאנאנד, און מ'זעט מידי יום ביום מ'איז פאלן רחמנא ליצלן קרבנות, איז מען געפאלן אויף א המצאה אז מ'וועט דערפון ניט דערציילן!
¶170דער קרבן איז געפאלן, און די עלמנא איז דא און דער ישים איז דא, האט מען אנגעזאגט די צייטונגען איר זאל דאס ניט מפרסם זיין, כדי ניט מאכן שווער אידן אויפן הארצן!
¶171א געוואלדיקע זאך, אז יסדיל האבן מנוחת הנפש און מנוחת הגוף איז דאס א מצוה בתורה, ”ואהבת לרעך כמוך” ניט סתם א מצוה, א 'כלל גדול בתורה', אויף וואס האט מען דאס אבער אויסגענוצט?
¶172אז מ'זאל ציען און ציען און ציען!
¶173וכאמור, די זעלבע וואס האבן דעמאלט געבראכט צו יענע הונדערטער קרבנות האבן שוין געבראכט צו הונדערטער קרבנות, וואס בדרך הטבע האט דאס ניט געהאט קיין ארט זיי זאלן פאלן ווען מ'פאלגט די אנשי הצבא, און מ'פירט-דורך דעם שלום הגלוים, און מ'האט דאס א נאמען געגעבן בשעתא חדא וברגעא חדא, וואס אויף דערויף איז געווען בפשטות גענוג עטלעכע טעג.
¶174און וואס דאס איז געווען וואלט געווען א תועלת סיי פאר די אידן סיי פאר דעם צד השני, און ס'וואלט ניט געקומען צו דער מעשה וואס ס'איז געווען אין די מחנין פון די פליטים וואס מ'האט אויף דערויף אויפגעשטעלט, מצד ”גאון יעקב” כביכול,
¶175בלשון סגי נר די ואידת החקירה וואס זיל דאך עוקר ודורש זיין אידן בשעת אין דער זעלבער מעשה ווען מ'האט מורא צו דערמאנען אין דער ועידה לכל לראש,
¶176ובתור התחלת פון זייער דיר וחשבון אז דאס איז א דבר הפשוט, אז די מעשה אליין האט אפגעטאן דער און דער וואס ער געפינט זיך בחיים חיותו, און וואס ער איז א מיטגליד אין יונייטעד ניישענס, און וואס אים איז מען מקבל פנים אין וואשינגטאן, און וואס אלע זיינען מוחי כף און כפיים און שרייען אז מ'מוז זיי מסייע זיין,
¶177אזוי ווי אבער מצד דערויף וואס קטן הוא בגוי ווי געזאגט אין דער הפטורה, האט מען געמוזט אנקומען צו סיוע וכו איז נאך דערויף, אז דאס האט מען פארפיקסירט, און מ'האט דאס מפרסם געווען און געבראכט א ”דבר בשם אומרו”, ער אליין האט דאס געזאגט איז מען אויך דערנאך חוקר ודורש ווער האט סומות א יועה געווען,
¶178און צי דער סיוע איז געווען ווי ער אליין זאגט, אז דאס איז אן ענין ”של צדק ויושר” אדער דער סיוע איז בכלל ניט געווען קיין סיוע, מערניט ווי ”עומד מן הצד” ושותק אדער ער איז גאר ניט געווען קיין ”עומד מן הצד” ווארום ער האט גאר ניט געוואוסט דערפון.
¶179כאמור כמה פעמים, נוגע וואס איז נוגע יעדער אידן דאס איז דאך א ז אט די וואס קענען דארט משפיע זיין, ובאונותינו הרבים איז דארט דא דער ענין וואס יושב ושותק,
¶180וואס דאס האט געדארפט אויפהערן דארט דעם אמת'ן שטורעם היתכן איז מען פארנומען מיט אלע זאכן, ובעיקר וועלכע מפלגה וועט האבן מערער קולות אין די בחירות וואס וועלן קומען.
¶181ס'איז טאקע א וויכטיקע זאך, אבער לכל לראש באווארנט ענינים פון פיקוח נפש, באווארנט ענינים פון גן יעקב באווארנט ענינים פון קידוש השם והפכו מאכט מען חשבונות וואס לייענט בעסער פאר דער מפלגה,
¶182און אזוי ווי אין דער מפלגה גופא איז דא כמה מנהיגים למפלגה, על פי התורה איז ”דבר אחד לדור” ניטא קיין שני דברים, כהן גדול איז געווען א קדוש שבקדושים דער מבחר פון צווישן כהנים,
¶183זאגט מען אן, אז א כהן גדול טאר ניט זיין קיין צוויי, אז קודש קדשים ויקרא אהרן קודש קדשים ס'איז ניט ”סתם קודש, קודש” קדשים זאגט תורת חיים, הוראה בחיים, אז מ'טאר ניט מאכן קיין צוויי 'כהנים גדולים' משום אבה,
¶184דארט איז דער סדר ס'איז ניטא קיין מציאות, אז ס'זאל ניט זיין צוויי דריי פיר פינף וכו,' און יעדערער פון זיי איז ”אין דעותיהן שוות”.
¶185ס'איז ניט דער פירוש אז ס'איז דא דריי ווערט דאס א בית-דין אחד כביכול און זיינען בדיעה אחת דאס וואס איינער זאגט באופן כך זאגט די צווייטע הפכו.
¶186און והראי ”אין דעותיהן שוות”.
¶187בפרט נאך אז ס'מישט זיך נאך אריין ענינים של תניאות וכו וואס אין כאן המקום לדבר אין א ענין וואס דאס איז ניט שבחים של ישראל, ס'איז מערניט ווי דערמאנט דרך אגב.
¶188ניט דרך אגב, א זאך וואס טוט וויי האט מען קובירה ניט מוז מען א געשריי טאן.
¶189ער ווייס אז ער וועט שרייען וועט דער ווייט זיך ניט קלענער ווערן, אבער ניט ער שרייט מצד השכל ער שרייט דערפאר וואס ס'טוט וויי.
¶190דא איז דא על כל פנים עפעס-וואס א האפענונג, אז מ'וועט שרייען נאכאמאל און נאכאמאל, און ניט נאר מאחורי הפרגוד, נאר מ'זעט אז מ'ש און קען זיין אז מ'וועט זיך שרייען אין דעם טאג וואס פאר די בחירות אויך,
¶191איז אפשר וועט דאס סוף-כל-סוף דערנעמען און מ'וועט איינשטעלן בלשון המדינה פראיארטי'ס אז צום אלעם ערשטן דארף מען בארזארגן בטחון פון די הדרים עלי פון די אידן און ניט-אידן וואס געפינען זיך אין 'ארץ הקודש',
¶192און בארזארגן דאס אויך ”אין דרך הטבע” לכל לראש מצד דעם בטחון דעם אויבערשטן וואס ”שומר ישראל לא ינום ולא יישן” במילא מוז זיין 'לימוד התורה' 'וקיום המצוות',
¶193ואדרבא דער בחור וואס זיצט אין לערנט תורה איז ער מער מגין על הארץ ווי דער בחור וואס שטייט על הגבול ומתקן נפשו, אבער דער וואס שטייט על הגבול און געפינט זיך בא צבא האט אט די מעלה אין זיך וואס ער איז מוסר נפשו בפועל.
¶194וכאמור כמה פעמים, דער אויבערשטער האט אזוי איינגעשטעלט די וועלט, אז יעדער ענין מוז האבן א מעלה לגבי ענין השני, ובלשון חזל הידוע, גדול מה שהעני עושה אים הבעל הבית, מבש הבעל הבית עושה אים העני תורה זאגט אז ער איז אן עני,
¶195תורה זאגט אז ער מוז אנקומען צו צדקה, און דערביי איז די תורה גלייך מסביר, אז חס ושלום דער עני זאל זיין בא זיך אראפגעפאלן, ווארום בשעת מעשה איז ניט נאר ער צאלט אפ אויך דעם בעל הבית, נאר נאכמערער ס'איז גדול מה שהעני עושה מה בעל הבית, ממה שהבעל הבית עושה מה עני.
¶196לכאורה איז דאך בפשטות, אז מ'זיצט און מ'לערנט תורה איז אינו דומה, ווי ער איז עוסק ”אין עובדין דחול”, די טייערסטע עובדין שבחול, מ'מוז אבער אויך זאגן, אז דארט איז דא א מעלה, און ניט סתם א מעלה, וויבאלד אז ער איז דער מגין אויף דעם וואס זיצט און לערנט תורה, איז די זעלבע זאך ווי מ'זאגט אויף זבולון וישכר אז ”הקדים זבולון לישכר”
¶197אז דוקא דורך דערויף וואס זבולון איז ממציא אז ישכא זאל קענען זיצן און לערנען איז דורך דערויף ווערט אויך דער הקדים זבולון לישכא.
¶198וכאמור, על כל פנים מכאן ולהבא זאל דאס העלפן במקצת, זאל דאס העלפן בכמה מקצתי, און אפשר דערצו וועט זיך מצטרף זיין נאך עטלעכע וואס זאלן אנהויבן שרייען,
¶199ניט שמען זיך דיק, ניט נאר מאחורי הפרגון, בפרט צווישן די וואס זיי געפינען זיך אין 'ארץ הקודש', און טאמער דארף מען קלאפן אין טיש, אז מ'זאל וויסן זיין, אז לכל לראש דארף מען באווארענען בטחון הארץ בפשוטה, איז דערפון איז די תוצאה מידית, רחמנא ליצלן אפצוגעבן נאך עפעס פון די שטחים וואס זיי געפינען זיך ביד ישראל,
¶200דערפון איז אויך הוצאה מידית, אז מ'טאר ניט מעלים זיין, אפילו אז דאס וועט ארויסרופן א צער, די צרות וואס מ'האט דערפון וואס מ'האט אפגעגעבן די אוצרות נעפט, און וואס מ'האט אפגעגעבן אין מצרים,
¶201וכמדובר כמה פעמים, וואס דער אויבערשטער ווייס אז מ'געפינט זיך אין א חושך כפול ומכופל, ברענגט ער ענינים וואס קיינער קען דאס ניט מכחיש זיין, האט מען זיך דאך געברימט, אז מ'האט אפגעגעבן שטחים ממצרים,
¶202און דורך דערויף האט מען געבראכט א שלום בהארץ והראי' די ראי' און יענע ראי' וכו וויסנדיק, אז גלייך ווי מ'האט גע'חתמ'ט דעם חוזה אין קעמפ דייוויד האט גלייך מצרים מפיר געווען דעם חוזה.
¶203ניט נאר מפיר געווען מ'האט געזאגט א ווארט און מ'האט אים ניט מקיים געווען, מפיר געווען אין ענינים פון בטחון, און פון בטחון פארבונדן מיט פיקוח נפש ממש,
¶204ועד כדי כך, אז דורך דערויף וואס מ'האט אפגעגעבן די שטחים שבינתיים, וואס צווישן 'ארץ הקודש' און מצרים, צו מצרים, וואס דאס איז גאר לכאורה חוץ לארץ, דורך דערויף וואס מ'האט זיי צוגעלאזט צו גבולות ארץ ישראל האלטן זיי אין איין אריינשיקן מחבלים און באמבעס ופצצות וכיוצא בזה אין 'ארץ הקודש'.
¶205וכאמור, די עצה וואס מ'האט דערצו געפונען, אז מ'זאל אנזאגן די צייטונגען מ'זאל וועגן דערויף ניט דרוקן.
¶206ביז וואנענט ס'האט זיך געפונען א צייטונג אין חוץ לארץ וואס האט זיך אפגעשעמט און האט געזען אז כמה הדברים מגיעים און האט אפגעדרוקט א מעשה בפועל, אז מיט צוויי חדשים צוריק איז אנגעקומען א ווי מ'רופט דאס אן תופס רחמנא ליצלן, א ענין פארבונדן מיט מחבלים, אם ”באור שבע”,
¶207ובדרך נס איז דאס ניצול געווארן, און ווייס מען נאך ניט צי ס'איז טאקע ניצול געווארן, צי ס'איז געווען ווייניקער ווי מ'האט גערעכנט וואס אפש אחת איז אויך אן 'עולם מלא', און זעקס וואכן נאך אן אנדע האט מען ניט געלאזט וועגן דערויף דרוקן.
¶208פארוואס אט דאס באווייזט צו וואס ס'האט געבראכט קום דייוויד בשעת מ'האט דאס גע'חתמ'עט, והולך ומוסיף די פעולות ווערן נמשך דורך החזרת השטחים, מיט די הסברה אז דאס איז חוץ-לארץ וכו דאס איז א תלק אין חוץ-לארץ.
¶209וואס דאס איז נוגע צו בטחון כפשוטו, בשעת ס'איז געקומען אויף דער זיצונג פון די מומחים, האבן איבערגעשריען, אט די וואס זיינען מוגי לוי האבן ניט צוגעלאזט מ'זאל פסק'ענען ע-פי שולחן ערוך לויט די מומחים האט מען גע'פסק'נט לויט די פאליטיקער בשעת ס'איז אבער געקומען דערנאך בפועל,
¶210און מ'האט געכאפט איין מחבל און נאך מחברים וכו וואס ס'איז ניט געווען קיין מעגלעכקייט זיי זאלן אריינגיין אין ארץ ישראל ווען בינתיים וואלט געווען א שטח וואלט מען געוואוסט פון זייער אנקומען מיט א שעה אדער מיט א האלבע שעה איידע זיי זיינען אנגעקומען, און דא זיינען זיי אנגעקומען און געשטאנען אין מערכז פון א עיר ואין בישראל,
¶211ובדרך נס איז געווען ווייניקער ווי מ'האט גערעכנט.
¶212וואס דאס איז, כאמור, וואס די צייטונג האט מגלה געווען אין חוץ-לארץ האט ניט געהאט קיין ברירה, מ'האט דאס געמוזט מגלה זיין דאר דערפון פון מגלה טפח איז פארשטאנדיק וויפל ס'איז דא דער מכסה.
¶213וכאמור, דער מצב איז מביל נאכמערער, וואס די אנשי השפעה אין ארץ ישראל, סיי פון די פרומע סיי פון די ניט-פרומע סיי פון די ראשים סיי פון די ניט-ראשים שווייגן און זאגן קיין ווארט ניט אין דעם.
¶214וכאמור, דאס איז ניט א שאלה וואס מהיכי תיתי, ניט ער וועט טאן א צווייטער, און ס'איז א ספק און א ספק ספיקא, דאס איז אפילו אין פיקוח נפש א ספק און ספק ספיקא איז אויך לחומרא,
¶215עאכו"כ, מ'ווייס פון ”מעשה רב”, און די וואס וועלן וועלן מ'וועלן פאנאנדערפרעגן, וועלן זיי וויסן א סך מערער ווי צענדליקער וואס זיינען אומגעקומען, רחמנא ליצלן, דורך דעם קעמפ דייוויד בפשטות, דורך מחבלים וואס מ'האט געקענט אריינברענגען, וויבאלד אז מ'שטייט על הגבול ממש,
¶216דורך דעם אויפגעבן אט די שטחים.
¶217און ויהי רצון, אשר על כל פנים מכאן להבא, זאלן זיי טאן בזה, כל אחד ואחד מהם, מיטן גאנצן שטורעם, און ניט שעמען זיך און ניט מורא האבן, טאמער וועט דאס אמאל שאדטן באיזה ענין של שיהי צום אלעם ערשטן וועט דאס העלפן בא דעם אויבערשטן,
¶218במילא איז דעמאלט וואס פארנעמט ביי אים אן ארט אז ער האט א הילף נוסף פון דעם אויבערשטן לגבי דערויף וואס אפשר וועט דאס אים שאדטן אין די ענינים וואס ער קען באקומען ביי א בשר ודם.
¶219דערנאך איז דא וואס איז אויך א עיקר בזמננו אלו אז ארץ מארץ ציצמח אז סוף כל סוף מ'קען אפנארן א ביסל טייט און א ביסל מענטשן, אבער סוף כל סוף ווערט דער אמת נתגלה,
¶220פונקט ווי ס'איז נתגלה געווארן די הפרעות פון דעם חוזה מחנה דייוויד דורך מצרים, ביז מעשה בפועל, מחבלים ופצצות וכו נתגלה געווארן דער אמת, די צרות וואס מ'האט געבראכט דורך דערויף וואס מ'האלט חדשים נאכאנאנד, אידישע חיילים, אויפן גבול און אין לבנון,
¶221ניט מ'נעמט זיי צו צוריק צו זיך א היים, ניט מ'לאזט זיי דארטן מסיים זיין די מלאכה מצד דערויף וואס די מפלגה זאגט אזוי, און דער ראש זאגט כפור, און יעדערער פון זיי איז נוגע ניט דער עצם הענין, נאר נוגע די תוצאות וואס וועט זיין ”מה יאמרו הברית” און ”מה יאמרו אומות העולם” און מה יאמרו הגויים ו”למה יאמרו הגויים”.
¶222און על כל פנים מכאן ולהבא, פונקט אזוי ווי מ'האט זוכה געווען צו דער גאולה פון יט' כסלו נאכאמאל, וואס ”בכל שנה ושנה” זיך נזכרים ונעשים ווערט נמשך נאכאמאל די ברכות והשפעות, כולל אויך אפילו העמים ועשרים ווערט אויף זיי אויך א פעולה פון יום זכאי זה,
¶223אזוי זאל מען זוכה זיין, אז יעדער איד וועט טאן כל התלוי בו, אז זיין אידישקייט זאל שטיין ”בקומה זקופה” און ארויס בגלוי ובפועל כדבעי, וואס אידישקייט איז אין זיך כולל טובת הכלל,
¶224נוסף אויף טובת הפרט, ואדרבא דאס איז גאר אן ענין עיקרי ”יחיד ורבים, הלכה כרבים”, נוסף אויך אויפן כלל פון ”ונתתי שלום בארץ”, שלום אמיתי,
¶225ווארום דאס קומט פון ונתתי אויסגעהאלטן לויט דעם אויבערשטנ'ס רצון און ער גייט דעם שלום, וואס אט דעמאלט איז ”אפילו חרב של שלום” אויך ”לא תעביר בארצוכם”,
¶226און נאך אין די לעצטע טעג פון גלות וועט זיין דער ”ואולך אתכם קוממיות בקומה זקופה” ווארום ס'איז ויבתם תהיו ”לי לעם ויתה לכם לאלקים” אידן פירן זיך לויט דער תורה, און מ'גייט מקבל זיין פני משיח צדקנו,
¶227און זען נרות ציון, וואס זיי זיינען דאך אויך פארבונדן מיט נרות חנוכה, זען די מנורה בבית המקדש השלישי שיבנה על ידי משיח צדקנו,
¶228במהרה בימינו ממש, וואס ער וועט מאכן דעם ”קץ שם לחושך” און ס'וועט זיך ענדיקן דער חושך הגלות, און אנהויבן זיך די 'אתחלתא דגאולה', און די גאולה עצמה, ביז די שלימות הגאולה, און די אלע ענינים אין אן אופן פון אחישנה פון די 'אתחלתא דגאולה' ביז די גאולה בפועל ובשלימות, ובמהרה בימינו ממש.
¶229לחיים. דאס
¶230איז געבן פארן אזוי.
¶231און מ'קזש אפילו לויט דרגות, און אפילו לויט דרגות, און אפילו לויט דרגות, אז דאס איז פארשטאנדיק, וואס דערפאר איז פארשטאנדיק, וואס דערפאר איז פארשטאנדיק, וואס דערפאר איז פארשטאנדיק, וואס דערפאר איז פארשטאנדיק, און דערפאר איז פארשטאנדיק, אז דערפאר איז