עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

3 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1איז דאך דא די בארימטע סוגיא אין ש״ס, אין גמרא, וואס די גמרא רעכנט דארט אויס בהנוגע ווען ס'איז דא א נפטר, ווען דאס האט פאסירט, און זאגט דארטן די מעלה, אז אויב ס'איז געווען ביום הששי איז אט דעמאלט איז סימן טוב לו אדער לה און דער פירוש ווי דער טעם בפשטות איז, דערפאר וואס מ'גייט גלייך אריין אין הכנות צו שבת, ס'איז א טאג פון ערב שבת לכנה לשבת, במילא איז פארשטאנדיק, אז דאס גופא באווייזט, אז די זאך וואס האט איצטער נסתיים געווארן גייט גלייך אריין אין א הכנה צו שבת, וואס דאס ווערט דערנאך א הכנה צו כל הענינים טובים, על דרך זה אויך פארשטאנדיק, אז ס'איז א סיום פון זאגן קדיש במשך פון א משך זמן רב, און דערנאך זאגט מען נאך דערצו, ווי ס'ווערט געבראכט אין אחרונים, אז מ'דארף זיין נזהר אפילו קיין איין און איינציקן קדיש ניט זאגן לאחרי פון דעם סיום פון די י'אלף חדשים, איז דאך פארשטאנדיק, אז דער סיום, און ס'הויבט זיך אן א נייע זאך, איז דאס ניט א זאך וואס דאס איז בערך, א סיום, און דערנאך שלא בערך א דבר חדש, און א דבר חדש אין צד הטוב. ביז וואנענט אז מ'פארבינדט דאס מיטן ענין פון ערב שבת, וואס ס'איז דאך אויך א הכנה צו ליום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים, און די כל הענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט תשובה, מיט אומקערן זיך, אלע נרמז אין דעם ווארט און אין דעם נאמען פון שבת, אין דעם אויך פארשטאנדיק וגם פשוט דער ענין וואס די נשמה קערט זיך אום צוריק צו איר גוף, בזמן פון תחיית המתים, ובפרט אז זי קערט זיך אום אין אן אופן אז דאס ווערט דערנאך א אומקרך, אין אן אופן נצחי, איז דאך פארשטאנדיק דער ענין הכי נעלה

2בזה, וואס דערפאר איז דאך ווי אלע גוטע זאכן האט דאך אן ארט, ואדרבא ס'איז דרוש בזה, אז מ'זאל דאס פארבינדן מיט דעם ענין וואס דאס איז א כס אויף אלע ברכות און א התחלה אויף אלע ברכות, און מזרז אלע ברכות און מוסיף בכל הברכות, וואס דאס איז דאך דער ענין הצדקה. און אין דערויף גופא, בשעת מ'פארבינדט דאס אויך מיט אן ענין פון שלשה, וואס שלשה איז דאך פארבונדן מיט דעם בית המקדש השלישי, מקדש אדנ'כוננו ידיך און פארבונדן אויך מיט כל הענינים, כוט המשולש לא במהרה במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז אן ענין וואס איז שולל דער ענין פון א הפסק, על אחת כמה וכמה אזא סארט הפסק, האט מען אס אויך גלייך ווי דאס טוט זיך אן און ווערט נתלבש אין א דבר גשמי, אין א דבר גשמי גופא וואס געפינט זיך למטה מטה ביותר, וואס דערפאר זאגט מען דאך אז דאס איז ממון איז ממעמיד את האדם על רגליו דערפאר וואס דאס איז נאך נידעריקער פון די רגליים, און פון דארטן הויבט דאס אויף, וואס דערפאר איז אויך פארשטאנדיק איז אויך אן ענין שהזמן גרמא, ובפרט אז ס'איז נאך אויך שנת העיבור און א שנה מלאה מיט כל הענינים, ווי דערמאנט במשך השנה כמה פעמים, ובפרט אין דער זמן הכי אחרון. און ויהי רצון, אז מ'זאל תיכף ומיד ממש, לא עיקבן אפילו כהרף עין, און ס'ווערט גלייך די תחיית המתים וואס צדיקים און צדקניות זיינען זיי דאך תחילה, ווי ער זאגט אין זהר און אראפגעבראכט בכמה מקומות, זאל דאס זיין בפשטות, ולמטה מעשרה טפחים, ותיכף ומיד ממש, ולא ייכבן, אפילו כהרף עין, עסקינו ורננו שוכני עפר און ס'ווערט אויך הוא בתוכם און היא בתוכם ווערט דאס אויך דער החסרת הנשאה

3בגוף אין אן אופן פון חיים נצחיים, און דערנאך גייט מען אלע נשמות בגופים, און די נשמות פון פריערדיקע גופים וואס זיינען חוזר די גופם איצטער, און מ'גייט אלע צוזאמען עם ענני שמיא אין בית המקדש השלישי בגאולה השלישית, ותוקף ומיד ממש, והוא העיקר, ותוקף ומיד ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions