עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

59 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1לחיים לרבה. וואס ווי גערעדט פריער, איז די צוויי ענינים וואס ס'איז ”דא אין פדה בשלום נפשי” איז לכאורה איז דאס שני הפכים.

2וואס לויטן פירוש הפשוט איז דאך, אז דער ”פדה בשלום” גייט אויפן אויבערשטן, און ער האט דאס געמאכט דעם שלום, דער צווייטער פשט איז דער ”פדה בשלום” גייט אויף א אידן, ואדרבא א איד כביכול נעמט ארויס ”שכינתא בגלותא”, און דאס נאך פריער ווי פדעני לבני.

3וואס אין דערויף אויך איז דאך די סתירה לויטן ערשטן פירוש איז דער ”ברבים היו עמדי” גייט דאך דאס אויף בני אדם, און וועלכע אט די וואס בא זיי איז שייך צו א מציאות אז זיי זאלן מלחמה האבן מיט דוד מלך ”ישראל ודוגמתו בכל דור ודור”,

4וואס דאס איז דאך ווי דער פירוש אין כיבה רבים היו עמדי אז אף על פי וואס רבים האבן מיט אים מלחמה געהאלטן, אפילו נאכן צווייטן פירוש, אז ”ברבים היו עמדי” ”שרבים צריכים לי” איז דאך דאס אויך,

5אז דאס וואס מ'זאגט אז זיי דארפן נאך אנקומען צו דוד'ן איז דאך א סימן, אז זיי אליין זיינען אין א מעמד ומצב וואס בא זיי פעלט, און מ'דארף זיי משלים זיין על ידי דוד.

6משא"כ נאכן פירוש השני, אז דער שלום און דער ”ברבים היו עמדו” גייט דאס אויף אן ענין פון 'תורה עבודה' און גמילות חסדים, ווי דער מהרשא טייטשט אויס אז דער ענין פון מתפלל אים א ציבור איז דאס דער דריטער עמוד ”שעליו העולם עומד”, דער ענין העבודה,

7וואס ”תפילה כנגד תמידין תקנום” און תורה וגמילות חסדים מיט צוזאמען איז דאס די ג' עמודים שהדברים שעליהם ”העולם עומד”.

8וכאמור לעילה, אז וויבאלד אז די אלע ענינים שטייען אין דעם זעלבן פסוק, איז א סימן אז זיי האבן צווישן זיך א שייכות.

9וואס בכללות איז דאס דער ענין פון ”עלמלו הקב"ה עוזרו אינו יכולו” בשעת מ'קומט צוגיין צו א אידן, וואס ער איז אין אן אופן און אין א ציור פון א נשמה וואס זי איז אנגעטאן אין א גוף,

10און דער גוף געפינט זיך אין 'עולם הזה' הגשמי, און נאך מערער אין 'עולם הזה' החומרי, און ער געפינט זיך אין אן אופן און אין א זמן וואס אט די וואס זיי זיינען צדיקים גמורים איז ראו הקב"ה שהם עטים.

11און וואס נאך מערער, אז אפילו אט די וואס זיי זיינען בינונים, ווי דער אלטער רבי טייטשט-אויס וואס א בינונה איז איז דאך אויך ידוע דער ווארט פון חסידים הלואי בינונים און נאך מערער זאגט מען, אז ”אתם המעט מן העמים”

12אז געפינען זיך צווישן שבעים זהבים צווישן אומות העולם און זיי זיינען דעם יט און יענע זיינען די רב.

13און מ'שטעלט אים א תנאי, אז אין וואס פאר אן אופן זאל ער זיין?

14אין אן אופן פון שלום ניט פארברענען וועלט, און ניט אוועקגיין פון וועלט אין מדבר, נאר ער זאל זיין אין וועלט, און אין וועלט זאל ער מאכן א דירה לו ית ברך,

15דורך דעם אופן הנהגה פון ”בכל דרכיך דעהו” ווי דער רמב"ם טייטשט דאס אויס, אז דאס מיינט מען ניט נאר דורך פאסק'ן און בשעת 'לימוד התורה' 'וקיום המצוות', נאר זאל זיין דער דעהו באכילתו ובשתייתו ובמתחרו ובטיולו, אין אלע פרטי החיים,

16וואס אין די אלע פרטים איז דאך לכאורה דער לעבן פון א אידן על דרך ווי ס'לעבט דער ניט-איד, איז בשעת בא דעם ניט-אידן איז בא אים איז ניטא קיינע הגבלות ויסורים וגדרים,

17און ער דארף זיך ניט באווארענען מיט די אלע ענינים פון שמירי שבת ויום טוב און די ענינים פון השגת גבול וכו' וכו.'

18און אף על פי כן זאגט מען, אז פון דיר ווערט פארלאנגט, אז דו זאלסט פארדינען דוקא בדרך הטבע אויף פרנסה, דערפאר וואס תורה זאגט אז ”אין סומכין על” הנס און

19דו זאלסט אים פארנעמען אן ארט בתוך החברה אין וועלכע דו לעבסט, און כדי זיי צו באווייזן אז א איד א שומר תורה ומצוה קען מצליח זיין אין 'עולם הזה' הגשמי והחומרי, און אין וואס פאר אן אופן זאל דאס זיין?

20בשעת דיין אמת"ע מציאות וועט ניט זיין דער ענין פון מסחר.

21און וועט ניט זיין דער ענין פון כל הענינים אין וועלכע דו ביסט זיך עוסק בחיצוניות, נאר וואס וועט זיין העסק שלך דער תורה וגמילות חסדים ומתפלל ומצילה?

22איז דאך לכאורה דאס גופא דער גרעסטער נס וואס ס'קען זיין.

23וואס לכאורה איז דאך ”אין סומכין על” הנס ווי קען מען פון אים פארלאנגען אז ס'זאל זיין ביידע הפכים, אי דער פדה אי דער שלום.

24און אט דא איז מען מחבר די ביידע פירושים וואס ס'איז דא אין דעם פסוק, אז ווען א איד וויל גיין בכח עצמו, און ער זאגט אז ער דארף צו קיינעם ניט אנקומען, אפילו ניט כביכול צו דעם אויבערשטן,

25ווארום ער קען בכח עצמו אויפטאן אט דאס וואס ער דארף אויפטאן איז אט דעמאלט איז דא די אלע קשיות אז ”אתם המעט מכל העמים וכו' וכו.'”

26און וואס נאכמערער, אז אפילו אויב ער וועט וועלן זיין ”נהי' ככל הגויים” וועט ער אויך רחמנא ליצלן ניט קענען מצליח זיין, כמבואר בארוכה אין קונטרס ומיין, אז לא חלק ישראל ווי אט דאס וואס קען אנקומען צו אן אנדערן.

27בשעת א איד וויל האבן זיין אכילתו און זיין שתייתו און זיין מתחרו און זיין טיולו און זיין שלאפן איז דא איין און איינציקער וועג, בשעת ער נעמט דאס דורך תורה, און פון תורה און על פי התורה.

28וואס אט דאס איז דער צווייטער ענין וואס ס'איז ”דא אין בכל דרכיך דעהו” אז פונקט אזוי ווי ס'ווערט פארלאנגט, אז אין אלע דיינע דרכים זאל זיין דער תכלית דעהו אט אזוי ווי אזוי קען מען מצליח זיין בכל דרכיך בשעת ס'איז דא די הקדמה לזה,

29דער דעהו דו הויבסט אן דעם טאג מיט ”מודה אני לפניך מלך חי וקיים” אט דעמאלט קען אוועקגיין דער שהחזרת בי נשמתי און מ'זאל דאס אויסנוצן די נשמה על ידי הגוף בכל הפרטים וואס מ'דארף.

30וואס אט דאס איז די התאחדות פון די ביידע פירושים וואס ס'איז דא אין פסוק, אז ביידע זאכן, ס'קען ניט זיין דער ”פדה בשלום” אז א איד זאל אויסלייזן לי ולבנים מבין העומות,

31סיידן ס'איז דא דער ”פדה בשלום” דער ”הקב"ה עוזרו”, און דערנאך איז דא כביכול דער צווייטער אופן, אז ”הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים”, אז דער אויבערשטער זאגט, אז ער געפינט זיך אין אן אופן פון מלך אסור ברה טים בריהי תמוכה און ס'דארף זיין א איד זאל דעם אויבערשטן ארויסנעמען פון מבין אומות העולם.

32וואס אט דעמאלט ווערט אויך פאראיינציקט אט די ענינים וואס ס'איז דא אין וועלט וואס זיי קענען זיין א רבים היו עמדו אז זיי האבן מלחמה מיט א אידן זאל פון זיי ווערן ענינים פון תורה וגמילות חסדים ומתפלל אים הציבור אז אדרבא דאס ווערט נאך א מסייע צו דעם ענין הגאולה פון פדיסה גובה אלקיו.

33וואס אט דאס איז אויך כפשוטו די הוראה בפשטות ”למטה מעשרה טפחים”, אז ס'איז אט דא אט די וואס שטעלן אויף א מחיצה, אז בשעת ער געפינט זיך אין ד' אמות של בית הכנסת, אדער אין ד' אמות של בית המדרש פון א ישיבה, אדער בכל יום ויום, בשעת ער דאווענט און ער לערנט תורה און איז מקיים מצוות,

34אט דעמאלט איז ער אינגאנצן דעם אויבערשטנ'ס.

35בשעת ער קומט צוגיין אין דעם ארט וואס דאס איז מקום עבודתו, אין פרנסתו הגשמיים, בשעת ער קומט צוגיין אין דעם ארט וואס דארטן דארף ער הארעווען מיטן 'שכל אנושי', דערפאר וואס זיין עבודה איז אויפטאן אין ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט חכמה, וואס זיי זיינען ניט 'חכמת התורה' נאר חכמות חיצוניות.

36אט דעמאלט טענה"ט ער, אז וואס האט דארט פאר אן ארט דער ענין האמונה, און וואס האט דארט פאר אן ארט פון טראכטן וועגן אלקות וואס איז למעלה מן הטבע ולמעלה מהשכל אדרבא,

37ניט נאר דאס וועט אים ניט העלפן, דאס וועט אים נאך מבלבל זיין, ווארום ער וועט זיך ניט מתבונן זיין בשכלו, ער וועט זיך פארלאזן אויף אמונה, ער וועט זיך ניט עוסק זיין במסחרה, ער וועט זיך פארלאזן אוי� און דאס איז אן ענין וואס דאס איז ניט שלום בשני הצדדים דאס איז צוויי באזונדערע וועלטן, דער היפך ענין האחדות וואס איז דא אין וועלטן.

38און אויף דערויף האט תורה שבכתב אריינגעשטעלט אין דעם זעלבן פסוק ביידע ענינים אויף אונטערשטרייכן נאכאמאל.

39ובהדגשה מיוחדה, אז אט דאס וואס דער ענין פון ה' אחד איז ניט דער פירוש אז ס'איז דא מערניט ווי אלוקה אחד ס'קען אבער זיין נאך א מציאות נאר ניט קיין אלוקה, נאר דער אמיתית ענין פון א שם מחד איז, ווי ער איז מסיים אין דער פרשה, אז ”אין עוד מלבדו” ס'איז מערניטא קיין מציאות אחוץ דעם אויבערשטן.

40וואס אט דעמאלט איז, בשעת ער קומט במתחרו, האט ער ניט דעם שליסל אויף אפשליסן און זאגן אז דער אויבערשטער איז געבליבן חס ושלום, פון יענער זייט טיר ער האט אים געלאזן אין בית מדרש אדער אין שול,

41און דא האט ער צוטאן מיט וועלט, און ער איז בעה'ס, און ער וועט געפינען דאס וואס מ'דארף געפינען ווי מ'דארף טאן און ווי מ'דארף מצליח זיין ס'איז ”אין עוד מלבדו” אויב מ'וויל האבן אז ס'זאל זיין א וועלט און ס'זאל זיין אכילתו ושתייתו ותיולו ושינתו וכל העשר ענינים וואס דער רמב"ם רעכנט אויס

42איז דאס דוקא אויב די התחלה איז אז ”אין עוד מלבדו” אז ער ווייס אז א חוץ ג-טלעכקייט איז גארנישט ניטא, נאר וואס דען?

43דער אויבערשטער האט געוואלט, אז כך חלו ברצונו איז געווען א צייט וואס ער האט געזאגט אנכי הוי' אלקיך און דאס איז ”קיים לעד ולעולמי עולמים” און ס'איז געווען א צייט וואס ער האט דעם ערשטן מאל געזאגט יהי אור און דערנאך איז ”דברך נצב בשמים” עד היום הזה

44און אט אזוי איז דאס בכל מקום ובכל זמן איז דא ווען דער אויבערשטער וויל אז איצטער זאל ער שרייען ”אנכי ה' אלקיך”, דערנאך וויל דער אויבערשטער אז ער זאל זיין א נוסק בתורה, אז ער זאל לערנען אן ענין אין תורה,

45דערנאך וויל דער אויבערשטער אז ער זאל זיין א ”נוסק בגמילות חסדים”, ביז אין דעם גמילות חסדים ווי דער אלטער רבי ברענגט אראפ און מאמר הלל הזקן אז ”הולך לגמל חסד אין מעלובא” זו ער פארנעמט זיך איצטער מיט טאן א גמילות חסד, זיין גוף און די עניני הגוף, וואס דער אויבערשטער האט געוואלט אז ער זאל פארדינען בדרך הטבע,

46ניט אין אן אופן וואס ער איז זיך סומך על הנס.

47און בשעת ער גייט-צו צו זיין פרנסה גשמית, צו זיין עסק אין דעם משרה וואס ער האט, אין דעם טשאב וואס ער האט, אדער צו זיין עוסק וואס ער האט מצד הרגיש הלב, אדער ”מצד חכמה, מצד שכל” שבמוח, מיט דער הקדמה אז ”אין עוד מלבדו” איז אט דעמאלט איז ער דאס ממשיך אין דעם שכל שבראש,

48און איז דאס ממשיך אין דעם רגש שבלב, ביז דאס קומט אראפ אין ”כח ההליכה שברגל”, וואס אט דעמאלט איז ”מפי עליון לא תצא” די ענינים וואס זיי זיינען היפך הטוב,

49ווארום ער איז דאך דער עצם הטוב ו מטבע הטוב להיטיב, אז אין דעם טבע הגשמי איז ער ממשיך פון דעם ”טבע הטוב להיטיב” פון עצמות אין סוף ברכה אז ער איז מצליח אין דעם לימוד החכמה אין וועלכע ער איז זיך עוסק,

50וואס מ'זעט דאך אין פועל, אז אמאל הארעוועט מען און מ'איז זיך מבלבל און מ'טראכט אריבער סברות אהין און סברות פארקערט, און מ'קען ניט צוקומען צו די נקודת האמת אין די חכמים וועלכע ער איז זיך עוסק.

51און אמאל, בשעת ס'איז דא די סייעתא דשמיא, איז גלייך בהתחלה ראשונה גייט ער גלייך צו צו דער נקודה, און ער טרעפט-צו צו דעם ענין ווי ער דארף פותר זיין דעם ענין וואס ס'שטייט ביי אים על סדר השקלא וטריא שלו.

52ועד דרך זה אויך אין די ענינים מסחר, ועד דרך זה אויך אין די ענינים משר ופרנסה, איזו שתהי איז בשעת ס'איז דא די התחלת היום מיט ”מודה אני לפניך” אז ס'איז אלץ דעם אויבערשטן, דערנאך ווי דאס קומט אראפ אין עבודת התפילה, אז אין עדן מלבדי אז ער שטייט כי עבדא קמי מרי' אט דעמאלט גייט ער אוועק אין ”הנהג בהם מנהג דרך ארץ”,

53דער ”ואתפת דגנך ותירושך ויצהרך” נאר אין דערויף גופא, אין זיין טאן בדרך הטבע, אז אדם חורש ואדם 'זורע ואדם' קוצר איז דעמאלט איז דער ”ויברכהו הוי” אז דער אויבערשטער בענטשט אים,

54אז אף על פי וואס אין טבע איז דאס א מדינה קשה און מלך קשה און זמן קשה איז ויברכיה מאה שירים און אין אלע מאה שירים איז דאס מ'זעט זיך אן דער ברכת ה' אז כל ”אשר הוא עושה הוי' מצליח” בידו, אפילו ווען בחיצוני געפינט ער זיך נאך אין בית האסורים,

55בא ניט קיין אידן, כסיפור הפרשה פון פרשת היום.

56וואס דאס איז אויך די הוראה פון דער גאולה בחיי היום יום, אז מ'זאל זיך ניט שרעקן דערפאר וואס מ'איז ארומגערינגלט מיט ענינים וואס זיי זיינען מעלים ומסתים,

57און מ'זאל זיך ניט שרעקן ווי אזוי וועט מען באקומען צרכי ביתו וצרכיו הוא, אין און אנהאלטן זיך מיטן שולחן ערוך דאס איז דבר הוי' יקום, און אף על פי וואס רבות מחשבות וחשבונות אין אן אופן אחר איז אז צת הוי' הי תקום אז ער וועט אויספירן די שליחות וואס דער אויבערשטער האט ארויפגעלייגט אויף יעדער אידן,

58”במקומו שהוא נמצא ובזמנו שהוא נמצא”, אז דעמאלט גיט מען אים אט די כוחות וואס מ'דארף האבן אויף דעם ארט און אויף דער צייט אויף מאכן ”לו יתברך דירה בתחתונים”, און אין וואס פאר אן אופן זאל דאס זיין אין אן אופן פון ”פדה בשלום”.

59לחיים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions