English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

37 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1ווי מ'פירט זיך אלעמאל ביים צוזאמענקומען זיך, איז אין צוגאב דערצו וואס מ'האט געהאט דער ענין התפילה, געדאוונט מנחות צוזאמען, און נאך אזא דאוונען ווי תפילת המנחה,

2וואס די גמרא פארבינדט דאס מיט אליהו הנביא, בשעת ער האט געבעטן בא דעם אויבערשטן אין תפילת המנחה האט ער גלייך אויסגעפירט.

3וואס אליהו הנביא דערמאנט מען דאך אים במיוחד מיטן נאמען הנביא, ווארום ער איז דער ”מבשר טוב” ער איז דער וואס בעט און פירט אויס און קומט אן זאגן יעדער אידן און אלע אידן, הין אל ”מבשר מבשר ואומר” אז אט קומט משיח צדקנו,

4דערציילט מען, אז תפילת המנחה האט ספעציעל ביי אים געווען טייער, און ער איז דעמאלט מתפלל געווען אויך ענינים מיוחדים, און האט דאס אויסגעפירט.

5אזוי האט מען ערשט טאג אלע צוזאמען געדאווענט מנחה, און דערנאך דער ענין התפילה, דערנאך אויך געווען ענין פון תורה,

6פון די צוועלף פסוקים אין מאמרי חז"ל איז מען זיך דערנאך אויך מסיים מיט דעם ענין פון צדקה, וואס יעדערער פון אייך באקומט מטבעות אויף אפגעבן אויף צדקה, און מאכט אויך גלייך די החלטה טובה אויף צו טאן אזוי, און נאך מוסיף זיין צוגעבן נאך פון אייגערי.

7און דאס האט דאך אויך אז ספעציעלע שייכות און פארבונדנקייט מיט חנוכה, וואס דעמאלט איז דאך א מנהג אז אידישע קינדער באקומען חנוכה געלט, און וויבאלד אז דאס רעדט זיך וועגן אידישע קינדער, און ספעציעל וועגן קינדער וואס געפינען זיך אין ”צבאות השם”,

8סיי אינגעלעך און סיי מיידעלעך, און פירן זיך אויף ווי מיטגלידער פון ”צבאות השם” דארפן זיך אויפפירן איז דאך א זיכערע זאך אז זיי טוען מיט זייערע געלט, ווי דער קאמאנדירין שיף וויל,

9אלץ גוטע זאכן און ריינע זאכן, ווי מ'האט געהאט דעם שמן טהור, און נאכמערער הייליקע זאכן, וואס דאס איז די מצוה פון צדקה,

10וואס אזוי איז דאך זיכער מיט אייערע געלט וואס נוצט דאס אויס, נוצט איר דאס אויס נאר אויף כשר"ע און ריינע זאכן, אז ס'זאל זיין א כשר'ער עסן און א כשר'ער טרינקען,

11און אויך אויף הייליקע זאכן אויף געבן א טייל דערפון אויך פון די אייגענע געלט אויף צדקה, וואס דערפאר וועט מען אויך אויף פארענדיקן ווי מ'האט געזאגט פריער, דערמאנט ”להודות ולהלל” אויף צו לויבן דעם אויבערשטן און דאנקען דעם אויבערשטן וועט מען צום אלעם ערשטן דערמאנען נאכאמאל,

12אז זיכער וועט דער אויבערשטער העלפן יעדערן פון אונז און אלעמען צוזאמען, אז די אלע עצות פון דעם יצר און די אלע ניט גוטע עצות בכלל,

13וועט דער אויבערשטער העלפן יעדערן פון אייך און יעדערן פון אונז, אז ס'זאל זיין עוצו עצה ותופר כי עמנו א ול, אז מיר וועלן צושטערן אלע די עצות, אז ס'זאל ניט האבן קיין ווירקונג, וואס דער אויבערשטער העלפט ארויס און וועט ארויסהעלפן יעדערן פון אונז און אלעמען צוזאמען,

14אזוי אויך די עצה, נהרישע עצה, ווי דערמאנט פריער, וואס דער יצר טענה"ט, אז מ'געפינט זיך אין גלות וועט די גאנצע עצה גלייך בטל ווערן, ווארום ”בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ” און דער אויבערשטער האט געגעבן כח יעדער אידן און אלע אידן,

15אז ס'זאל זיין דער ”ישמח ישראל בעושיו” זאלן זיי אלעמאל זיין צופרידן און צו טאן מיט שמחה אלע זאכן וואס דער אויבערשטער האט זיי געהייסן טאן, און טאן דאס אין אן אופן ווי דערמאנט פריער פון הפרני הוי' בארץ עני,

16אז ניט קוקנדיק וואס וויבאלד ער געפינט זיך אין גלות, איז דעמאלט דארף מען דאך אויספאלגן די געזעצן וואס פרעה האט געגעבן, אויב ס'רירט ניט אן קיין אידישקייט, און פירן זיך לויט די געזעצן פון דער מדינה,

17אבער ס'איז א זיכערע זאך ווי די געזעצן פון דער מדינה, אז ס'רירט אינגאנצן ניט אן קיין אידישקייט, לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, און אויב ס'קומט צוגיין דער יצר און זאגט, אז וויבאלד אז שבת פאר דער סאפ-ווי,

18און אין קלוי אין די גראסערי פארקויפט מען ניט קיין כשר"ע קענדיס, און דער מלך פון דער מדינה ערלויבט דאס,

19איז א סימן אז מ'מעג דאס זאגט מען דעם יצר הרע אז ער ווייס ניט וואס ס'טוט זיך מיט דער וועלט און אין דער וועלט, אז דאס געהערט צו די וואס זיינען ניט אין ”צבאות השם” האבן זיי זיינען ניט שייך צו קאמאנדיר אין טשיף, און ער האט זיי פארקערט באוויזן, אז ס'איז דא א קענדי וואס איז ניט כשר,

20און ס'איז דא דער אונטערמטראה וואס ער גייט אין שבת, וויבאלד אבער אז ער געהערט צו ”צבאות השם”, צום אידישן פאלק, צום מורשה קהילת יעקב איז אט דעמאלט זאגט-אן דער מלך פון דער מדינה,

21אז קיינער טאר ניט שטערן אדער איינרעדן א אידיש קינד צו פירן זיך אנדערש ווי דער אויבערשטער האט אים אנגעזאגט, און אדרבא ער העלפט אים און באשיצט אים און גיט אים די אלע מעגלעכקייט אז מ'זאל אים נאך אפגעבן דערפאר, און ארויסהעלפן כבוד און ארויסהעלפן דעם זעענדיק,

22אז א איד פירט זיך ווי א איד דארף זיך פירן, אז א אידיש קינד פירט זיך ווי א אידיש קינד דארף זיך פירן, און דוקא דורך דערויף איז ער א גוטער סיטיזן און א גוטער מענטש בכלל, און א זיכערע זאך ער איז א גוטער מיטגליד פון ”צבאות השם”, און אזוי אויך אין אנדערע מדינות.

23ווארום יעדער איד ווייס און איז מכריז, אז אין אלע זאכן וואס איז פארבונדן מיט אידישקייט איז א איד פולער בעה"ב אויף זיך, און נאכמערער, ”הפרני ה' בארץ עני” פון טאג צו טאג גיט ער צו נאכמערער אין אלע זאכן מיט אידישקייט, ניט קוקנדיק וואס מ'געפינט זיך אין גלות,

24ווארום דאס איז א גלות וואס אט אט ענדיקט ער זיך מקץ, און נאך זייענדיק אין גלות איז פארקערט גיט מען א אידן א מעגלעכקייט ער זאל לערנען נאכמערער און מקיים זיין מצוות, נאך מיט מערער שמחה, ”ישמח ישראל בעושה” וויבאלד אז דאס איז דער אנזאג פון דעם אויבערשטן.

25וואס דערפאר איז אויך אין צוגאב צו אויסדריקן די שמחה דורך א ניגון אויפן פסוק פון ”עצו עצה ותופר, דברו דבר ולא יקום” וואס מ'רעדט ניט צו אידן, און ניט ווי ס'איז גוט פאר אידישקייט איז אט דעמאלט ווערט דאס גלייך בטל,

26”כי עמנו אל”, ווארום דער אויבערשטער געפינט זיך מיט יעדערן פון אונז אלעמאל און אומעטום, און דאס ווערט די צוגרייטונג, אז אינגיכן וועט מקויים ווערן די יבנה בית המקדש,

27וועט דאס זיין במהרה בימינו, וואס דערפאר וועט מען דאס אויך זינגען אויף באווייזן אז מ'גרייט זיך דערצו און מ'איז פריילעך און מ'שטייט בשמחה דערצו אין דעם, ווארום דער אויבערשטער וועט מקיים זיין אויך אט די תפילה.

28און אויך וועט דערנאך זיין נאך יבנה בית המקדש דער ”צדיקים ידעו לשמך ישבו ישרים את פניך” מ'וועט זיצן מיט שמחה און אין אן אופן פון באזעצן זיך רואיקערהייט אין ירושלים עיר הקודש און אין בית המקדש און אין גאנץ ארץ ישראל, ווארום מ'קומט אהינצו

29מיט א געזונטער נשמה, וואס דאס מאכט אויך געזונט דעם גוף.

30וואס דעמאלט וועט דערנאך זיין ”וישבו שם וירושוה” ווי דער סיום פון דעם ניגון, אז מ'באזעצט זיך דארטן און מ'איז אנערקענט און מ'באווייזט אז דאס איז א ירושה פון אברהם אבינו, דורך יעקב'ן און דורך אלע וואס האבן געלערנט תורה און מקיים זיין מצוות, ביז אין אונזער צייט.

31ובפרט נאך אז דערנאך וועט מען אויך טיילן די געלט אויף צדקה דריי מטבעות, איין מטבע אויף אפגעבן אויף צדקה, א צווייטער מטבע אויף טאן דערמיט, ווי דערמאנט פריער,

32ווי ס'קומט ביי אייך אויס, ווי א אידיש קינד דארף אויסנוצן זיין געלט ווי דער קאמאנדיר אין שיף וויל, אויף ריינע זאכן און אויף הייליקע זאכן און אויף גוטע זאכן,

33און דערנאך א דריטע מרביעה אלס חנוכה געלט, און מה טוב אז איר זאל גלייך קענען אויך מקיים זיין דעם געבן חנוכה געלט א צווייטן קינד,

34וואס דערפאר וועט מען אויך געבן א פערטער מטבע, איז ער זאל געבן דערמיט איינעם פון די וואס געפינען זיך ארום אייך, א אינגעלע צו א אינגעלע און א מיידעלע צו א מיידעלע,

35וואס דאס וועט נאכמער מוסיף זיין אין די אלע גוטע הבטחות וברכות פון דעם אויבערשטן זאל מקויים ווערן במהרה בימינו ממש, און מ'וועט דעמאלט זען,

36ווי דער ניגון הידוע, אז ס'איז ניטא קיינע זאך אין דער וועלט, מערניט ווי דער אויבערשטער אליין, 'ובשמחה ובטוב' לבב מיט דעם ניגון, נאך זייענדיק אין גלות, וועט מען גיין, ווי דערמאנט פריער, במהרה בימינו נאו צוזאמען מיט משיח צדקנו,

37און צוזאמען מיט א פריילעכן ניגון לארצנו הקדושה, ובמהרה בימינו ממש.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים