עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-bwdqxgmt

kind
paragraph
order
5
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3","edited":true,"checked":true}
content
ס'איז דאך ווי באוואוסט דער ווארט פון דעם אלטן רבי'ן, וואס נשיא דורנו דער רבי דער שווער, האט איבערגעגעבן, און האט דאס געהייסן מפרסם זיין און אפדרוקן וועגן לעבן מיט דער פרשה פון דער וואך, און לעבן ווי ס'איז דאך כמדובר כמה פעמים מיינט מען דאס לעבן באמיתיות, ביז וואנענט אז דאס ווערט היא חיינו ואורך ימינו אין אן אופן אז התורה נקראת על שמו, דערפאר וואס ס'ווערט א יחוד נפלא, ווי ער איז מבאר אין תניא בתחילתו, וואס במיוחד איז דאך דאס פארבונדן מיט תלמידי הישיבה, אדער די וואס בכלל תורתם אומנתם אלס מלמדים פון תורה אדער ראש-ישיבות פון תורה וכיוצא בזה, איז דאך ווערט דאס תור באשעפטיקונג, ובלשון הגמרא אומנתם, וואס אט דעמאלט באקומט מען אלע זאכן אין א תורה'דיקן אופן, וואס דרכי' דרכי נועם וכל נתיבותי' שלום האט מען ניט קיין דאגות צדדיות, מערניט ווי די דאגות אז מ'זאל האבן נאכמער הבנה והשגה אין לימוד התורה ביז לימוד המביא לידי מעשה, און דער אופן הלימוד בהקדמה פון דחילו ורחימו פון אהבת ה', פון יראת ה', און וואס אין דערויף, וויבאלד אז התורה איז ארוכה מארץ מדה ורחבה מיני ים איז דאך דערפון גופא פארשטאנדיק, אז ביחד מיטן שביעות רצון וואס מ'האט פון הצלחה אין לימוד התורה, וואס דאס איז דאך על-פי תורה, ועל-פי שולחן-ערוך, איז בשעת מ'פארשטייט תורה דארף מען האבן דערפון א נחת רוח אמיתי, וביחד עם זה ביז א נחת רוח וואס פועל'ט אויך אויפן גוף, ווי זי איז אויך אין בריאות הגוף.
proofread
1
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions