פסקה
פסקה rh-btz01chb
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-a1jkfder
- order
- Y6
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס איז צוגעקומען, ווי געזאגט, אין דער דערציילונג פון היינטיקער טייל פון דער סדרה, אז דער אויבערשטער באגנוגנט זיך ניט דערמיט וואס דער אויבערשטער איז ווייס דאך זיכער אז די זאך איז אזוי, יעדער איד פילט בא זיך אין הארצן אז די זאך איז זיכער אזוי, דער אויבערשטער וויל אבער, אז דער איד זאל דאס פירן אויך אין אן אנטפלעקטן אופן, ביז אז זיינע שכנים, אפ די ניט-אידישע שכינים זאל מען אויך זען, אז ער האט געטאן אין ממלא זיין אין דערפילן דעם אויבערשטן אנזאג, ניט נאר דורך דעם וואס ער פירט זיך אויף ווי א איד, נאר ער פירט זיך אויף אין אזא מין אופן, אז די גאנצע וועלט ארום אים זאל זיין נאך בעסער און נאך ליכטיקער, און נאך מערער דורכגענומען דורך קדושה פון דעם אויבערשטן און דורך צדקה פון דעם אויבערשטן, און אין אן אופן אז דאס זאל זיין אלץ מערער און מערער.
- proofread
- 0