עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

47 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1איז כאמור לעיל דער שיעור פון רמב"ם פון היינטיקן טאג, פון כ' חשון ווי ג' פרקים בכל יום, רעדט ער דארט די דינים פון צמיד פתיל,

2אז אויב ס'איז דא א כלי וואס זי איז א ”כלי חרס” און צוגעדעקט, און צוגעדעקט אין אזא אופן וואס זי איז צמיד פתיל אינגאנצן צוגעדעקט די מגופה די פראפקע,

3די איז אויך פארשמירט אין אזא אופן וואס דאס איז צמיד פתיל, וואס פתיל איז דא אויך דער אפטייטש, ווי רש"י זאגט, פון לשון נפתולי, ענין של קישור וחיבור, איז אט דעמאלט איז כל הנמצא בכלי זה איז דאס מציל די כלי על ”כל הנמצא בו” פון די אלע ענינים שמסביבה,

4אפילו ווען דאס איז ”אבי אבות הטומאה” אוהל המת וואס אין דערויף איז דא כמה פרטים, ובתוכם אויך, ווי ער ברענגט דארט אויך אראפ,

5אז אויב ס'איז געווען אן אדם בתוך הכלי איז ער אויך ניצול אף על פי וואס ער געפינט זיך אין אוהל המת וויבאלד אבער ער געפינט זיך טאקע אין דעם אוהל המת, אבער אין א כלי וואס ער איז צמיד פתיל א ”כלי חרס” וואס ער איז צמיד פתיל בלייבט ער א טהור.

6און דערנאך, אז מ'וועט דאס ארויסנעמען די כלי כמו שהוא פון דעם אוהל המת, ניט עפענענדיק פריער די מגופה בלייבט ער א טהור אזוי בשעת ער לאחרי זמן אויך ביז כל משך ימי חייו.

7און די פרטים שבדבר, ווי איז דער דין ביי אנדערע כלים, אדער ס'איז דא קליינע לעכלעך וכיוצא בזה איז דאס איז דער שיעור פון יום זה.

8ביז וואנענט אז ער טוט נאך אויף, אז בנוגע אויב ס'געפינט זיך אין די כלי צמיד פתיל, ענינים וואס זיי זיינען שייך אין דערויף זאגן א גזירה דרבנן, טאמער וועט זיך אויף דערויף נכשל ווערן און מ'וועט דאס ארויסברענגען און מ'וועט מיינען אז דאס איז טהור אפילו אין אן אנדער אופן האט מען גוזר געווען,

9אז אויף דערויף זאל דער ”כלי צמיד פתיל” ניט מציל זיין, משא' כן אבער אויב ס'געפינט זיך אן אדם אין דעם צמיד פתיל איז דעמאלט איז אפילו מדרבנן איז דאס אויך דער ”צמיד פתיל מציל”.

10וואס בקצרה על כל פנים נקודת הדבר אין עבודת השם, איז דער ענין פון ”אתם הדבקים בהוי' אלקיכם חיים” און דער ענין וואס ס'איז היפך החיים איז דערפאר וואס דאס איז היפך פון ”הדבקים בהוי' אלקיכם”.

11דורך וואס איז ”הדבקים בהוי' אלקיכם”?

12איז דאס מ”צוה לשון צוותא וחיבור”, וכמבואר בארוכה דער משל במכל-שכן וקל-וחומר, אז ס'איז דא א חכם הכי גדול, און דערנאך איז דא א פשוט שבפשוטים הכי פשוט, ווי אזוי קען זיין צווישן זיי עפעס-וואס א קשר און א קישור, על אחת כמה וכמה וחיבור?

13איז בשעת דער חכם לאזט זיך אראפ און זאגט-אן א ציווי, דעם פשוט שבפשוטים איז אט דעמאלט דאס גופא הויבט אויף דעם פשוט שבפשוטים און ער באקומט א קישור, ביז א חיבור, מיטן חכם הכי גדול.

14וואס דאס איז דער ענין פון מצוה, וואס דאס איז צוותא וחיבור, אשר קדשנו במצוותיו וצונו דורך מצוותיו וואס וצונו.

15וואס דאס איז דער ענין וואס ס'ווערט א צוותא וואס וואס ברענגט אז ס'זאל זיין דער דבקים בהוי' אלקיכם במילא, וויבאלד ”עשרה נקרא חיים” און דער ערשטער שבזה איז דאך דער אויבערשטער, מקור החיים, ”מחי' חיים” איז ”ואתם הדבקים בהוי' אלקיכם” ווערן אויך זיי חיים כולכם היום.

16דערנאך איז דא חטא ופגם ועבר את הדרך ווערט דערפון דער ענין פון היפך החיים.

17אזוי ווי ס'האט געפעלט אין דבקים בהוי' אלקיכם במילא האט געפעלט אויך אין דעם ענין פון חיים, במילא קען זיין א חיים אין א חלק שבו העדר החיים אין א חלק שבו, איז אט דער חלק שבו איז היפך החיים, א חלק מת שבאדם.

18ביז ווי אויך אין ענינים שבדין, אז ס'קען זיין רחמנא ליצלן א מצב ומעמד אין א חלק פון 'גוף האדם' אז ער האט א דין פון א מת.

19דער חלק האט א דין פון א מת, אברהם דולדל וכיוצא בזה.

20וואס דערצו איז די עצה אז מ'זאל דאס דערנאך מחבר זיין.

21וואס דאס איז דער 'ענין התשובה', וואס תשובה איז דאך כלשונו שבו אל מקורו אז ער קערט זיך אום צו מקור החיות שלו, וואס דאס איז הוי' אלקיכם כוחכם וחיותיכם ווי ער טייטשט אפ אין שולחן-ערוך דער אפטייטש פון אלקים אז דאס איז א כח והיכולת,

22און דאס איז אלקיכם כח ויכולת שלכם ווערט ער צוריק ”הדבקים בהוי' אלקיכם”.

23דערנאך, ער געפינט זיך דאך אבער אין א וועלט, וואס אין דער וועלט ווי ער זאגט אין תניא איז 'עולם העשי'' הזה איז הקליפות גוברים בו איז רובו היפך הטוב און הקליפות גוברים ומושלים בו וכו במילא ווערט דאס דעמאלט אן ענין פון היפך החיים,

24ביז וואנענט על אחת כמה וכמה אז מ'זאגט, אז אפילו מערניט ווי נפל מדרגי איז שוין איקרי מית על אחת כמה וכמה, אז ס'איז ניט נאר נפל מדרגי בערכו איז דאס אן עון וחטא, נאר דאס איז אן עון וחטא בפשטות.

25וכידוע, אז די גמרא זאגט בנוגע צו ”חילול השם וכיוצא” בזה, אז דאס איז הכל לפי העובד ולפי המקדש אדער הפכו.

26דערפאר איז דא ענינים וואס ”תלמיד חכם שנמצא רבב על בגדו” איז דאס ווערט ביי אים היפך החיים, משא' כן ביי א ניט-תלמיד-חכם איז פארקערט איז דאס א דבר הרגיל זיין מסחר און זיין פרנסה באשטייט אין אזא אופן אז ער האט צו-טאן מיט א ”מרדעת של חמור” חומר ”גופו וכיוצא בזה”.

27וואס דעמאלט איז דער דבר הרגיל אז אזוי איז טבעו של עולם, על פי תורה, אז דארט איז דא א ”רבב על בגדו” ביז ווי מ'זאגט, אז אפילו אין בית-המקדש האט מען געדארפט בייטן די בגדים צו תרומת הדשן לגבי הקרבת הקרבנות, און מ'זאגט אויף דערויף, אז ס'איז אינו דומה ווי עבד המשמש את רבו, ביז אן עבד וואס ער פארנעמט זיך מיט אן עבודה פון תרומת הדשן.

28וואס דערפאר איז ”בגדים שבישל בהם” דארף ניט זיין דער אנדער סארט עבודה, און מכמה דוגמאות ביז אין הלכה בפועל.

29במילא כאפט ער זיך, אז ס'קען זיין א מעמד ומצב וואס בערכו איז די זאך וואס ארום אים געפינט זיך דארט א מת, און ער געפינט זיך אין דעם זעלבן אוהל,

30דארף ער דאך האבן, וויבאלד אז דאס איז אן ענין וואס מ'האט אים אריינגעשטעלט אין 'עולם העשי' וואס הקליפות גוברים בו און בפרט נאך ווי בלשון הקבלה לאחרי ווי נפל מדרגי' איקרי מית לאחרי פון חורבן, פון עולם התוהו איז אט דעמאלט ווערט דאך די שאלה, וואס איז דערצו די עצה?

31זאגט דערצו די עצה די הלכה, ער דארף זיך אריינשטעקן אין א כלי, וואס אט די כלי זאלן ניט זיין פתוח צו דעם אוהל המת, בדוגמא ווי מ'זאגט אין קדושה, ביז אין בית-המקדש, אז דארט איז געווען לשכות וואס הפתוחות לחול איז דער דין אין פנים הלשכה אז דאס איז חול, און הפתוחות לקודש איז דער דין פון פנים הלשכה אז דאס איז קודש.

32וויבאלד אבער אז דאס רעדט זיך וועגן אוהל המת דארף מען האבן א זהירות מיוחדת, וואס די זהירות מיוחדת, ווי ער זאגט אויך אין תרגום יונתן אויפן פסוק וואס ”אין צמיד פתיל עליו” זאגט ער אויך, אז מ'דארף האבן אזא הפסק צווישן אים מיטן אוהל המת וואס דאס איז אין אן אופן פון צמיד פתיל ס'איז א הפסק א סתימה גמורה.

33וואס דאס איז פארבונדן מיט א 'כלי חרס' וואס דאס איז דער ענין פון ”עפר מן האדמה”, ”משים עצמו כשיריים” און ”אני עפר ואופר” וואס אט דאס באווארנט אים, אויב דאס איז אין אזא אופן, אז ניט איין טייל פון אים איז באשיצט פון דעם ”כלי חרס”,

34און דער צווייטער טייל פון אים האט א פתיחה ופתוחות לחול, אדער נאך מערער צו דעם אוהל המת איז אט דעמאלט איז דאס ניט מציל על מה שנמצא בתוכו.

35אויב אבער ס'איז דא דער צמיד פתיל איז אט דעמאלט באווארנט דאס על כל מה שבתוכו, בפרט נאך אויב ער איז א בן אדם בתוכו איז אט דעמאלט ”אפילו מדברי סופרים” איז בלייבט ער א טהור פונקט ווי ער איז געווען פריער,

36און אויב ער וועט ארויסגיין פון דארטן מיטן צמיד פתיל און דערנאך וועט ער ארויסגיין אין וועלט וועט ער אויך דעמאלט אויך זיין א טהור לגמרי פונקט ווי ער איז געווען פר ויש להאריך בזה על פי הפרטי דינים ווי דער רמב"ם ברענגט דא.

37און דער עיקר איז, אז אף על פי וואס מ'געפינט זיך אין א זמן וואס חרב בית המקדש ואין ”אתנו יודע עד מה” על אחת כמה וכמה אז מ'זעט ניט די דביקות בגלוי דארף מען וויסן זיין, אז דאס איז מערניט ווי 'יצרו אנסו'

38און בשעת ער וועט זיך שטעלן און וועט טאן שפי רצון האמיתי שלו, וואס דערפאר זאגט מען דאך אויף דערויף לרצונכם תזבחוהו אף על פי וואס ס'איז געקומען על ידי כופין ער איז כופה דעם יצר-הרע שלו, על ידי כפיית בית-דין,

39אז דער בית-דין שבו איז כופה דעם יצר-הרע שבו, כמבואר בארוכה פון שח על התורה ובכמה מקומות, אויף ”שופטים ושוטים תתן לך בכל שעריך” אז דאס גייט אויף ”עיר קטנה זה הגוף”,

40אז יעדער איד האט א ציווי ער זאל אויפשטעלן ”שופטים ושוטרים תתן לך” וואס זיי באווארענען אז ער זאל זיין אן ”עיר קטנה זה הגוף” און זאל זיין אן עירו של הקב"ה.

41ס'טייטש, ער געפינט זיך אין א וועלט וואס זי איז בדוגמא, כאמור לעיל, פון אוהל, פון היפך החיים געפינט ער זיך דארט ארומגערינגלט מיט אדם כעפר כחרס וכחרס הנשבר וכיוצא בזה,

42און האט ניט קיין פתיחה צו דעם אוהל הבלתי-רצוי אט דעמאלט בלייבט ער א טהור, און פון דער טהרה קומט ער דערנאך, ווי ער זאגט אין סוף סוטה אז טהרה ברענגט דערנאך צו די דרגא לפנים מדרגא, ביז זי ברענגט לידי ”אליהו זכור לטוב” וואס ער איז דער מבשר הגאולה,

43וואס דעמאלט וועט זיין ”ומחה הוי' דמעה מעל כל פנים”, ווארום ס'וועט ווערן דער ענין פון ”ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ” ניט נאר אבי-אבות הטומאה אפילו מערניט ווי 'רוח הטומאה', און ס'וועט זיין ו”מלאה הארץ דיעה את הוי' כמים לים מכסים” וואס דאס איז דאך מטהר ”אפילו טומאת מת”,

44ביז אז ס'וועט זיין אויך אין ”כל באי עולם”, ווי ער זאגט אין רמב"ם, וועלן זיך מתעסק-זיין אין לדעת ”דעת בוראם כפי” דעת הנבראים אויף וויפל א מענטש קען דאס פארטראגן,

45וואס דאס ווערט די הכנה קרובה צו ”וזרקתי עליכם מים טהורים וטהרתם” וואס דאס איז דאך די הכנה קרובה פון אפתח את קברותיכם ווי ער זאגט אין דער נבואה, והקיצו ורננו שוכני עפר ובעל יום ההולדת בתוכם, און מ'גייט אלע צוזאמען, ואהרן ומשה עמהם אין 'ארץ הקודש', אשר..

46”תמיד עיני הוי' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה”, און וואס זי ווערט אנגערופן ”ארצות החיים” און דארטן גופא, אין ירושלים עיר הקודש, און אין 'הר המורי' הר הבית, און ”מקדש אדנ כוננו ידיך” במהרה בימינו ממש.

47לחיים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions