English
ספרייה
kind
paragraph
order
V
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און כיוצא בזה אין יעדער אידן וואס נער ישראל ואוהבוהו אז יעדער איד זאגט אויף אים דער אויבערשטער אז ער איז א נער, און דערפאר איז ואוהבוהו כמבואר בארוכה אין די ספרים פון דעם מזריטשער מגיד, און על דרך זה ביאור אין די מאמרים פון צמח צדק, וואס היינטיקן יאר איז דאך נתמלא געווארן מאתיים שנה, כמדובר כמה פעמים במשך השנה, ועוד והוא העיקר, אז מ'זאל אויסנוצן די צייט וואס מ'האט נאך אין חודש אדר, אויף ממשיך זיין בהוספה און מוסיף זיין בזה, די התוועדויות וואס זיינען פארבונדן מיט התוועדויות פון פורים, ביז אין אן אופן פון נאך שמחה עד דלא ידע. און דערפון זאל זיין דער מסמך גאולת פורים לגאולה, ביז צו די גאולה האמיתית והשלימה, נאך אין די טעג פון חודש אדר, ובפרט נאך אז מ'געפינט זיך פאר פרשת החודש,
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים