עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-bss9tqr1

kind
paragraph
order
K
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און זיכער אזוי מיט יעדער מיידעלע אדער מיידל אדער טא כטער אדער ערוואקסענע פרוי, וואס זי האט מקיים געווען די מצוה, ווי דערמאנט פריער, אין היינטיקע יאר, דריי טעג נאכאנאנד אין אנהויבס יאר, און אזוי אויך דריי טעג נאכאנאנד אין דעם אנהויבס פון די ערשטע ימים-טובים פון יאר, וואס דאס איז דער חג הסוכות, און דערנאך אויך דער אפשלוס פון חג הסוכות אויך דריי טעג נאכאנד, וואס דאס איז חודש שמיני עצרת און שמחת תורה און יום השבת. און דער וויסן שוין וועגן דעם אלעם, וואס דאס ווייסט איר דאך זיכער, זייענדיק מיידעלעך וואס האבן באקומען א אידישן חינוך, און מ'האט דאך ערצויגן אין דעם רוח, דורך וויסן אידישע מנהגים און זיכער אידישע מצוות ובפרט מצוות וואס זיינען פארבונדן מיט אייך במיוחד, אז ס'ווערט שוין ליכטיק אין הארצן און ליכטיק אין נשמה, און במילא ווערט אויך ליכטיקער אין דער גאנצער הויז, און מ'האט שוין פון אנהויבס פון חודש אלול נאכמער ליכטיקער ווי אין אנדערע חדשים, אפילו חדשים וואס האבן אויך ימים-טובים, אבער דא איז דאך דער אנהויבס פון דעם חודש
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions