English
ספרייה
kind
paragraph
order
YC
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
דעם נפש שלו און רוח שלו און נשמה שלו און חיות שלו, ביז אויך די יחידה שלו. און די יחידה שלו ווערט אנגערופן דערפאר וואס יחידה ליחדה זי איז איין זאך מיט יחידו של עולם, און דאס נעמט דערנאך דורך דעם אידן גאר אינגאנצן, ביז וואנענט אז דאס ווערט די מציאות פון אלע דרגות הנשמה שלו, וואס טיילן זיך בכללות אין חמישות, חמישית יהי' לפרעה, ביז וואנענט נאך אויך העכער פון כל עניני שמות, על דרך ווי אין דער מגילה איז דאך ניטא קיין שם, און ניט נאר אז ס'איז ניטא, נאר די שמות זיינען למטה און ווערן אויפגעשטעלט ערשט פון די ראשי תיבות און סופי תיבות און גימטריאות, פון די ווערטער ווי זיי שטייען אין דער מגילה, פארבונדן, כאמור, דערמיט וואס דאס איז דובר שלום לכל זרעו, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט די גאולה האמיתית והשלימה, אז ס'ווערט בטל דער ענין פון פירוד, און ס'ווערט ואהבת לרעך כמוך במילא ווערט כל זרעו ביז וואנענט כל און כמוך ממש, כמדובר כמה פעמים,
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים