Paragraph
Paragraph rh-bs0t6mne
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-m67vvwhh
- order
- 2
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ווי מ'טרעפן זיך אלעמאל אין דער צייט אין יאר איז דאך דאס אין חודש אלול, וואס חודש אלול איז דאך דער חודש וואס דעמאלט מאכט מען דעם חשבון ווי מ'האט זיך אויפגעפירט די חדשים פון דעם יאר וואס זיינען שוין דורכגעגאנגען, וואס דאס גיט נאכמער צו שטארקייט ווי אזוי מ'זאל זיך אויפפירן אין די טעג פון דעם חודש אלול, וואס קומען איצטער אן ביז דעם טאג פון ראש השנה, וואס דער גוטער חשבון אין דעם, אדער בשעת אפילו אז מ'דארף עפעס נאך מוסיף זיין, צוגעבן אין דער פריערדיקער הנהגה, האט מען דאך נאך איצטער דריי וואכן אין חודש אלול, וואס דעמאלט איז דאך דער מלך בשדה האט מען דאך די רחמים פון חודש אלול, און אויך דער צושטאנד וואס מ'געפינט זיך צוזאמען מיטן מלך מלכי המלכים הקב'ה אין פעלד, בצוג, צו דעם מעמד ומצב וואס אידן האבן, אז ס'קומט דער ראש-השנה, און חודש תשעה לאחרי זה,
- proofread
- 0