פסקה
פסקה rh-bpvvtnmc
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-a1jkfder
- order
- 36
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אזוי ווי פאראיארן ווי איך אויך דעם יאר רעדן אויף מאמר לשון, און וואס איצטער איז דאס אויך איז יכער דער לשון פון דער מאמר פון יעדערער פון אייך, אדער פון דער באבע פון יעדערער פון אייך, אדער פון דער עלטער-באבע פון יעדערער פון אייך, במילא איז דאס אויך נאכמער פארשטארקן דעם פארבונד פון אידן אין אלע דורות, אף על פי וואס מ'איז מפוזר ומפורד בין העמים, פאנאנדערגעשפרייט איבער פארשידענע לענדער און פארשידענע פעלקער, ביז וואנענט אז דאס האט אויך געבראכט צו פארשידנקייטן אין מנהגים על פי שולחן-ערוך, איז אויך דא מנהגים פארבונדן מיט יעדער לאנד, די ספעציעלע תנאים פון דער לאנד, שמירת שבת, הינגט זיך דאס אפ ווען יעדער לאנד ענדיקט זיך פרייטאג און הויבט זיך אן שבת, וואס דאס איז דאך אן אונטערשייד פון די לענדער וואס ליגן מערער צו צפון אדער מערער צו מזרח אדער מערער צו מעריב וכו' הוא. און דורך דערויף איז הפיך אויך, אז דאס האט נאכמער פארשטארקן דער פארבונד צווישן אידן אויך פון איצט אן און ווייטער, אז אף על פי וואס ווי געזאגט, נאכן טרעפן זיך צוזאמען גייט מען זיך פאנאנדער יעדערער אין זיין באשעפטיקונג, אויסנוצנדיק זיינע כשרונות, און די מעגלעכקייטן און דער מזל וואס דער אויבערשטער האט אים געגעבן, וואס דער אויבערשטער האט דאך פאר יעדערן באזונדערע ברכות און א באזונדער מזל און א באזונדער הצלחה, און דער לשון ווי תורה זאגט, אז באמת איז קען איינער ניט אנרירן די פרנסה פון א צווייטן, אפילו ווען ער וועט זיך אין דערויף משתדל זיין,
- proofread
- 0