פסקה
פסקה rh-bnyc6nfm
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-a1jkfder
- order
- hO
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און ווי די אפלערונג פון דער סדרה, ווי געזאגט פריער, אז דער אויבערשטער איז מוסיף אין זיין ברכה, אז די ברכה זאל זיין אין אן אנטפלעקטן אופן, און אין אן אופן אז ס'ווערט אלץ מערער און מערער, און דאס דריקט זיך אויך אויס אין פרנסה גשמית און הצלחה אין געשעפטן, אז בפשטות זאלט ער נאכמער מצליח זיין אין איינערע געשעפטן קענען טאן נאכמערער אין אלע גוטע זאכן, און נאכמער מוסיף זיין אין געזונט און הצלחה און מזל-דיקייט אין די אלע זאכן, אין אן אופן אז ס'מעט אלץ מערער און מערער, ביז וואנענט אז דורך די השתדלות פון יעדערן פון אייך, ווי דערציילט אויך אין דער סדרה, ווערט דאס אנטפלעק צו דעם גאנצן אידישן פאלק ווי ס'איז געווען דעמאלט, און ס'ווערט אויך אנטפלעקט אין דעם איינפאכן זין, און אין דעם פשוט'טן זין, אין דעם עיקר'דיקן זין, אז בקרוב ממש, ותוקף ומיד ממש, אנטפלעקט זיך דער אויבערשטער צו יעדער אידן, אפילו צו א אידן וואס געפינט זיך ערדיקס אין א פארווארפענעם ווינקל פון דער רב קומט דער אויבערשטער אהינצו צוגיין בכבודו ובעצמו, און תלוקטו לאחד אחד נעמט פון דארט ארויס דעם אידן מיט זיין בני-בית, און לאזט אים מיטנעמען מיט זיך בגעלט, ניט ס'זאל בלייבן ליגן אין באנק, ער נעמט אויך מיט זיין אייגענטום מיט זיך, און גייט ארויס פון גלות, צו גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.
- proofread
- 0