Paragraph
Paragraph rh-bj6nnddn
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-647e4mm4
- order
- gc
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און אנהויבנדיק אויך אין דעם ענין וועגן די השתדלות אויף גלייך מוסיף זיין אין דער חינוך ההולדים וההולדות, אז ס'זאלן זיין א גאנצן מעת לעת, אן קיין איבעררייס, אין אזוינע ד'אמות און אין אזא ארום, אז דער גאנצער ארום איז אל טהרת הקודש, ניט באגנוגענען זיך מיט אל טהרת הקשרות, כמדובר בארוכה לפי ערך אין דעם שבת שלפני זה, וואס דאס איז אויך שווער אויסצופירן אין א בית פרטי וואס געפינט זיך אין א רשות הרבים, וואס דארט איז דא רוחות מצויות, און אמאל רוחות דא בלתי רצויות און בלתי רגילות, ביידע זאכן, ווארום ער געפינט דאך, כאמור, אין א רשות הרבים, במילא מצד עניני גלות, און דארף ער האבן צוטאן און דארף מתקן זיין אויך דעם גלות פון אין רשות הרבים, משא'כן אז מ'שטעלט זיי אריין במשך פון כמה ימים, ביז וואנענט אז ס'ווערט בא זיי א הרגל טבע שני, און נאכמערער א טבע ראשון די הנהגה על טהרת הקודש, וואס דאס פירט מען אויס אן איבעריקע אנשטרענגע, און מער בשלימות דוקא אין א מחנה קיץ.
- proofread
- 0