Paragraph
Paragraph rh-bj2eyn2a
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-t0vz6a7p
- order
- 3G
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ווי דערמאנט פריער איז דאך אויסגעטיילט דער טאג, און אויסגעטיילט דער יום-טוב מיט כל הענינים, איז אויך אויסגעטיילט דער יאר, וואס דער יאר האט זיך אנגעהויבן, און ווי דערמאנט פריער אלץ הענגט-אפ אן דער קאפ און אן דער התחלה, האט זיך דער יאר אנגעהויבן מיט א שבת, שבת, וואס שבת איז דאך ווי דערציילט אין חומש, אז דעמאלט איז געווען ויכולה השמים והארץ וכל צבאם, און מ'האט געזען ווי אזוי אלע ענינים הענגען אפ אן דעם אויבערשטן אליין, און אזוי ווי דאס איז געווען דער ראש השנה, די קאפ פון דעם יאר וואס ס'האט זיך אנגעהויבן מיט א שבת, איז במילא אויך פארשטאנדיק, אז זמן שמחת דער חג הסוכות פון דעם יאר, הויבט זיך אויך אן מיט א שבת'דיקן טאג, אז צוזאמען וויום שמחתכם אלו השבתות, איז נאך אין דעם יאר איז דאס מיט נאכמערער שטארקייט און נאכמערער עווידענט, און מ'זעט דאס בשיינפערליך, מיט עיני בשר,
- proofread
- 0