transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1ס'איז דאך יום הגאולה פון דעם מיטעלן רבי'ן, וואס דאס איז דאך עשרה בכסלו, ובפרט איז דאך עשירי יהי' קודש ובפרט אין חודש כסלו, און אין שנת תשנ' איז דאס איז בשנה זו, וכמדובר כמה פעמים,
¶2איז דאך פארשטאנדיק אויף וויפל דאס איז א יום זכאי, און אויף וויפל מ'קען דאס אויסנוצן, ביז אראפברענגען אין מעשה בפועל, הנוגע צו מעשינו ועבודתינו,
¶3ועוד והוא העיקר, אז דאס זאל אראפקומען במעשה בפועל, אין די גאולה האמיתית והשלימה והכללית פון כל בני ישראל, ”האנשים והנשים והטף”, ותיכף ומיד ממש, און אין אזא מין אופן, אז ס'זאל זיין אין ונני שמיא תיכף ומיד ממש, נאך היינט ביינאכט ממש,
¶4נאך פאר קריאת שמע של המטה, און פאר א המשך פון כל הענינים שלאחרי זה און פאר בויגנים שלאחרי זה זאל שוין זיין אין מנני שמיא בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו בארץ הקודש, און דארטן בירושלים עיר הקודש, ובהר הקודש ובית המקדש, ביז אין קודש הקדשים,
¶5וכידוע וואס שטייט דאך אין ספרים אז גאולה בכלל איזו שתהי' איז בגימטריא מ'ה, מיט אלע רמזים וואס ס'איז דא אין דעם ענין פון מ'ה, אנהויבנדיק אז די גאולה איז דאך פארבונדן וואס מ'ה איז גואל דן,
¶6בדוגמא ווי דער שידוך פון יצחק און רבקה, וכמבואר אין לקוטי תורה אין פרשה ברכה בסופה, וכמדובר כמה פעמים בא פארשידענע געלעגנהייטן, מיוסד אויף דיברי רבותינו נשיאינו,
¶7ועוד והוא העיקר, אז בשעת מ'זאגט ”עד מתי” איז קען שוין מערניט שוין ניט זאגן אפילו ”עד מתי” וויבאלד אז דאס גופא איז שוין כלו כל הקיצין אפילו פון דעם זאגן פון 'עד מתי',
¶8ועוד והוא העיקר, אז בכלל איז דארף מען ניט האבן אונזער זאגן, און ס'איז שוין אלץ אפגעטאן מעשינו ועבודתינו, ווי נשיא דורנו האט נאך געזאגט מיט א דור לפני זה, אז מ'האט שוין דעם ענין און מ'שטייט אין אן אופן פון ”עמדו הכן כולכם” און מ'דארף מערניט ווי צובוצן די נעפלעך, און דאס האט מען שוין אויך צוגעפוצט.
¶9ובפרט אז ס'איז דאך אויך א שייכות צו די פרשת השבוע פון ”ויצא יעקב” מבין שביא וילא חרנה, וואס דאס איז דאך געווען כדי דערנאך זאל ער דארטן אויפשטעלן מתתו שלימה,
¶10דעם כל עם בני ישראל, ”האנשים והנשים והטף”, און צום סיום פון פרשה ויצא איז ער שוין גרייט אויף צו שיקן שלוחים, ווי קומט גלייך די התחלה פון פרשה שלאחרי זה, דערפאר וואס מצידו איז שוין אלץ צוגעגרייט און אלץ מן המוכן,
¶11און שוין אלץ אט דאס וואס ס'האט זיך גערעדט כל השנים כולם אין די עשרים שנה עבדתיך, און דערנאך אויך ווי ס'איז א לבן, און דערנאך אויך ווי ס'איז געווען די המשך הענינים שלאחרי זה, ביז דערנאך ווי ס'איז געווען והכי ”יעקב בארץ מצרים”,
¶12וואס דאס איז דאך אויך דער מיצר הגלות, איזו שיהי' אפילו דער בעסטער גלות, און באם בעסטן מעמד ומצב איז דאס אלץ גלות, און מ'דארף האבן גאולה מיט אן א' באמצע, וואס דאס מאכט איבער די אותיות שלא בניו און די אותיות שאחריו,
¶13אז זיי וועלן א טייל פון דער גאולה, ביז א טייל פון גאולות כל הגאולות, ובפרט ווי רש"י זאגט אז שם גאולה, ווי גמרא זאגט און רש"י איז דאס מפרש אז שם גאולה 'חד הוא' איז דאך אנהויבנדיק, ובפרט נאך אז מ'שטייט אין א יום הגאולה וואס דאס איז עשירי בחודש, ווי די גאולה פון עשירי בכסלו,
¶14און אין וועלכן חודש, אין חודש כסלו און אין וועלכע שנה פון שנת תפשינו און תה' שנת ניסים, און ניט תה' לשון עתיד, נאר שוין תהי', ער איז שוין געווארן אן ענין פון באוויזן אין אן אופן פון הוי אז דאס איז שנת ניסים,
¶15ועוד והוא העיקר, אז מ'זאל פארשפארן רעדן, און פארשפארן אפילו פון ”מראה באצבעו ואומר זה” דערפאר וואס מ'שטייט צוזאמען מיט משיח צדקנו, ו בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו,
¶16ותיכף ומיד ממש טראגט מען זיך גלייך אריבער אין ענני שמיא ובפרט אז מ'איז דאך ממשיך ומסיים וחותם מיט דעם ענין הצדקה, כמדובר ומוזכר כמה פעמים, עאכו' כמה אין הגיום העשירי, וואס עשירי בכלל איז דאך פארבונדן מיט צדקה, וואס דערפאר איז דאך צדקה דארף דאך זיין דער ענין פון עשירי, מאסר,
¶17וכמדובר כמה פעמים, און אין דערויף גופא מאכן אידן איבער אז ס'זאל זיין ווערן דערנוג חומש, פאר ”חמישית לפרעה”, וואס דאס איז דאך מן המובחר אין דעם עשירי גופא, עשור ”את רענו לך” צוויי מאל עשירי, כמדובר כמה פעמים.
¶18ועוד והוא העיקר, אז גלייך וויבאלד אז מ'האט שוין דעם סיום דעם שיעור פון יום הששי, פון פרשה ויוצא, און אויך דעמאלט איז מען דאך אויך כמנהג ישראל בכמה מקומות,
¶19און מ'זאל אויך מעבר זיין די גאנצע סדרה צוזאמען מיטן חלק השביעי שבו, ואדרבא ”ביתר שאת וביתר עוז”, וויבאלד אז אויך די הפטורה איז מען אויך מעבר ביום הששי,
¶20איז במילא איז מען דאך ניט ווען קען מען זאגן די הכתורה דארף מען דאך זאגן פריער דעם חלק פון שביעי ביז סיום הסדרה, און דערנאך הויבט זיך גלייך אן ווי דער פירוש הפשוט, אז בא יעקב איז שוין געווען מוכן, ועוד יתורה מזה, אז מצד יעקב איז שוין אויך אוסף געווען מן המוכן,
¶21נאר דעמאלט איז דאס געבליבן מערניט ווי א אמורה בפרשה, איז יוסף געווען מן המוכן ווי ער שטייט ”אין פרשה, משא'” כן אז פון דעמאלט, פון זינט יעקב האט דאס זינטערן געלערנט די פרשה והיוצאה בפעם הראשונה, איז דורכגעגאנגען טויזנטער יארן, און מ'געפינט זיך אין דעם יאר פון שנת תשנון,
¶22איז דאך א זיכערע זאך אז אויך עוסף איז שוין אינגאנצן פארטיק געווארן וכמדובר כמה פעמים, אז מ'זעט מהפחות לטובה אויך אין די הנהגה פון שבעים אומות העולם, ובפרט במדינתנו זו, וואס דער ענין הצדקה איז איינע פון די עמודי הטבח אין חיי המדינה, אן אונטערשייד צו וועלכן אומן מ'געהערט, וכמדובר כמה פעמים.
¶23ועוד ועיקר, ווי מ'זעט דאס אויך בפועל.
¶24ועוד והוא העיקר, אז ס'זאל גלייך זיין דער תוקף ומיד, וויבאלד אז יעקב האט שוין געשיקט די מלאכים אל עשיו אחיו מיט טויזנטער יארן צוריק, פארשפארט מען שיקן נאכאמאל, און פארשפארט אויך ווארטן וואס עשינו ועט ענטפערן, וויבאלד אז מעשינו ועל עודתינו האט דאס שוין אויפגעטאן אויך אין עשיו,
¶25און מ'האט שוין איבערגעמאכט, און ס'שטייט אויך מצד עשיו אויך מוכן, אז עשו ווי פארקערט ווערט דארטן די אורות פון תוהו, וואס זיי זיינען די אורות גדולים מני בכורי,
¶26וכמדובר כמה פעמים, וואס דערפאר האט יעקב געשיקט צו אים מלאכים כדי ס'זאל צוקומען נאך דער ענין אויך פון די אורות דתוהו, און אורות דתוהו דוקא ווי זיי גייען דורך די כלים פון תיקון, וואס דאס איז אויך דורך דערויף וואס ביי א אידן איז אויך פירט ער זיך אין א הנהגה פון תוהו, ובפרט בהנוגע צו אן ענין פון נתינת צדקה, דאס ווערט אבער אויך אריינגעשטעלט אין ”כלים דת תיקון”,
¶27במילא האט דאס אין זיך ביידע מעלות, דאס איז אורות גדולים און כלים גדולים.
¶28ועוד והוא העיקר, אז מ'האט די גאולה הכי גדולה, גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, ותיכף ומיד ממש.