עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

72 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1די זאך פון יט' כסלו מיט דער גאנצער הקדמה וואס ס'איז געווען פאר דעם, דער ישיבה בבית האסורים דר ארעס און וואס נאך דערויף איז געקומען די גאולה, איז דאך דאס ניט געווען דעם ערשטן טאג וואס דער אלטער רבי, דער בעל הגאולה, איז געווארן א מנהיג און א נשיא בישראל,

2נאר דאס איז געווען שוין א סך יארן נאך דערויף ווי ער האט איבערגענומען די נשיאות און די מנהיגלות.

3וואס ”לפי כמה דיעות”, לפי כמה רשימות, איז דאס שוין געווען אין תקמ", דאס הייסט מיט ניינצן יאר איידער ס'איז געווען דער ענין פון י' טז כסלו.

4אף על פי כן איז דאך ידוע די שיחה פון דעם רבי'ן דעם שווער'ס פאטער, אז נאך פטרבורג, נאך י' טז כסלו, האט זיך אנגעהויבן דער אמת'ער סדר אין דעם אופן פון יפוצו מעיינותיך חוצה איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז דעמאלט האט זיך אנגעהויבן א חידוש, און אין וואס איז באשטאנען דער חידוש?

5אין יפוצו מעיינותיך חוצה און דאס איז פארבונדן מיט דעם מאסר וסיומו וחותמו דער אפשלוס פון דעם מאסר איז געווען די גאולה.

6וואס דערפון איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז דער אופן פון דער גאולה איז פארבונדן און ווייזט אן אויף וואס פאר א וועג ס'דארף זיין די פעולות אין דעם ענין פון ”יפוצו מעינותיך חוצה” וואס דעמאלט וועלן זיי דערגרייכן זייער מטרה און תכלית, ביז דעם שלימות פון דעם.

7ווארום ס'איז דאך ניטא קיין ענינים וואס זיינען במקרא בעלמא, וואס האבן זיך געטראפן אן א צוזאמענהיין, גלאט אזוי, נאר יעדער ענין איז דאך 'בהשגחה פרטית', וואס דאס איז דאך א יסוד בכלל אין תורה,

8ובפרט ווי מוסבר ומבואר באריכות אין תורת הבעל שם טוב, און ווי דער אלטער רבי האט דאס געבראכט אויף דערויף די ראי' פון די גמרא אין חולין בנוגע צו שלח,

9וואס למה נקרא שמו שלח שלן עונה ”משפטיך תהם רבה” אז בשעת א פייגל דארף כאפן א פישל איז אויף דערויף דא א משפט, וואס דאס איז דאך א השגחה אין אן אופן נעלה ביותר, ביז וואנענט אז מ'מאכט א גאנצן משפט.

10וואס דאס האט ער דאך געענטפעלט אלס הוכחה.

11השגחה פרטית איז ניט ווי דעת כמה חוקרי ישראל, מערניט ווי אין מין המדבר, און אויך אין מין המדבר ביי מענטשן, אט די וואס בא זיי איז דער שכל הפועל,

12דער ענין השכל בהתפתחות, ולפי אופן פון די התפתחות פון דעם שכל אין אזא מין אופן מיט די השגחה האט ער דאך אויף דערויף ווי מ'האט ביי אים געמאנט אויף יעדער ענין א ראי' פון נגלה, אז תורת הבעל שם טוב והשגחה פרטית איז אויך דא אין מינים וואס זיי זיינען ניט אין דרגא פון מין המדבר,

13האט ער געבראכט די ראי' פון נגלה פון דעם ענין פון דער גמרא אין חולון.

14על אחת כמה וכמה איז פארשטאנדיק, אז דאס וואס ס'טרעפט זיך אין מין המדבר, און דאס וואס ס'טרעפט זיך ביי א איש כללי ”שרבים צריכים לו”,

15על אחת כמה וכמה וואס דאס איז געווען א גאולה לחיים פון היפך החיים, און ווי כאמור, אט די גאולה האט אנגעהויבן א תקופה אין א נייעם אופן, פון פארשפרייטן אידישקייט,

16תורה ומצוותי אז דאס זאל זיין אין אן אופן פון יפוצו און דאס זאל ארומנעמען אויך מעיינות, און דאס זאל דערגרייכן ביז אין חוצה איז דאך זיכער אז יעדער פרט בזה איז געווען 'בהשגחה פרטית' ומדוייקת,

17און פון יעדער פרט קען מען אפלערנען אויף דעם אופן וואס דארף ארויסקומען דער חידוש, לאחרי הגאולה, אין עיקר 'עבודת האדם',

18וואס דאס איז דער ”אני נבראתי לשמש את קוני” אזוי וואלט מען דאך געקענט דארפן זוכן אין וואס ס'איז באשטאנען די נקודה החידוש אין דער גאולה.

19האט דאס דער בעל הגאולה אליין אנגעצייכנט און אנגעוויזן בדברים ברורים אויף א קלארן אופן אין זיין בריוו וואס ער שרייבט ווי אזוי ער איז נגאל געווארן, און פארבינדט דאס בגלוי מיט אן ענין אין תורה.

20אלע ענינים פון א אידן זיינען דאך פארבונדן מיט תורה, נאר וואס דען?

21בגלוי קען דאך אמאל אנזען אין דערויף די ענינים טבעיים, דער ענין התורה שבזה איז דארף מען חוקר זיין און מתבונן זיין ביז וואנענט מ'וועט ארויסקריגן וואו איז דא די אנווייזונג אין תורה, דער פארבונד מיט תורה,

22האט ער אנגעוויזן אין דעם בריוו וואס ער האט געשריבן בקשר מיט דער גאולה, און האט נאך געמאכט דערצו א הקדמה, אז בכגם דעה צריך לא ידועה אז אין אזא ענין איז א צורך א נויטיקייט אז מ'זאל דאס מודיע זיין אין וואס פאר אן אופן ס'איז געווען זיין גאולה.

23וואס דאס איז נאכמער מדגיש, אז דאס איז ניט סתם א פרט אין אופן הגאולה, נאר דאס איז א פרט וואס צריך לא ידועה און פארוואס איז דאס צריך לא ידועה דערפאר וואס דאס איז בכגן דא ווי ער שרייבט פאר דערויף, אין דעם בריוו, אז ס'איז געווען דברים נפלאים און דברים נפלאים אויך דאס האבן דערזען אומות הארץ.

24און וואס איז צריך לא ידועה, אז די גאולה איז געווען ביום השלישי שהוכפל בו כי טוב, און אז דאס איז געווען די הילולא פון דעם רבי'ן זיינער, פון דעם מזריטשער מגיד,

25און דער פארבונדענקייט מיט תורה שרייבט ער אז דאס איז געווען ווען ער האט געזאגט דעם פסוק ”פדה בשלום נפשי” און עד כדי כך איז דער דיוק אז ער איז גלייך מוסיף קודם שהתחלקו פסוק שלאחריו.

26וואס דאס איז נאכמער מדגיש און שולל אז מ'זאל דאס ניט פארבינדן מיטן פסוק וואס נאך דעם, ווארום ער איז מדייק און זאגט אז מ'דארף דאס מודיע זיין אז דאס איז פארבונדן אין תורה איז דאס אנגעוויזן אין דעם פסוק ”פדה בשלום נפשו” איז ווי אזוי קומט דאס דערנאך אראפ אין זמן?

27קומט דאס אראפ אין א יום שהוכפל בו כי טוב וואס דאס איז געווען ביום השלישי, איז ווי די קביעות איז אין היינטיקע יאר-יום ט' כסלו, קען דאך זיין אין פארשידענע טעג פון דער וואך, איז היינטיקע די קביעות ווי ס'איז געווען דעמאלט בפעם הראשונה קביעות פון יט' כסלו ביום שהוכפל בו כי טוב.

28וואס דאס איז דאך אויך ווי ס'שטייט אין ספרים הפדה בשלום איז דער ווארט בשלום האט אויך דעם אפטייטש פון בית-שלום צוויי מאל שלום, בדוגמא ווי אין זמן איז דאס געווען שהוכפל בו כי טוב צוויי מאל טוב.

29וואס טובה און שלום גייט זיך צוזאמען, ווי רש"י ברענגט אראפ דעם מדרש אין אנהויבס בחוקותה, אז אם השלום כאן איז ”הכל כאן” אז די אלע ברכות זיינען דא אויב ס'איז דא דער ענין פון עתתי שלום ברית דער ענין פון שלום.

30איז וויבאלד אז אין תורה איז דאס געווען בית שלום און נאכמערער בית שלום איז דאס אראפגעקומען אין זמן, אין ”הוכפל בו כי טוב”, ביום השלישי.

31און אט דאס פארבינדט דער בעל הגאולה אליין מיט דעם ענין הגאולה, אז דעמאלט האט מען אים אנגעזאגט די בשורה אז ער איז נגאל געווארן, און זאגט אז דאס איז ניט אן ענין וואס ער דארף דערפון וויסן, נאר ער שרייבט דאס אין א בריוו א צווייטן, און זאגט דאס וואס ער שרייבט אים, דערפאר וואס מ'מוז איז נויטיק אז מ'זאל וויסן דערפון.

32וואס וואס איז דער ענין פון שלום?

33איז בשעת ס'איז דא מערניט ווי איין זאך אט דעמאלט איז ניט שייך זאגן דער ענין פון שלום.

34בשעת ס'איז דא א סך זאכן, צי א סך מענטשן, צי א סך ענינים, צי א סך סברות בשכל, און אלע זיינען פון דעם זעלבן סוג, ניט שייך דא קיין מחלוקת און חילוקי דיעות וכו דארף מען ניט אנקומען צו שלום.

35דער ענין פון שלום איז בדוגמא ווי דער מעזריטשער מגיד ברענגט דאס, און דער אלטער רבי איז דאס מבאר אין אגרת הקודש, אותו שלום במרומת אז פארוואס דארף מען האבן שלום?

36ווארום יכאל איז ”שר של שלם אדער שר של” מים ווי די ביידע גירסות, און גבריאל איז ”שר של מלאך של” מים מלאך של אש און מ'דארף מאכן צווישן זיי זאלן זיין ביידע, במרומם און אין אן אופן ביידע צוזאמען, דארף מען אנקומען צו שלום.

37וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז דער שינוי און דער חידוש, איז ניט נאר דער ענין וואס מ'זאל זיך פרואוון, ”יפוצו מעינותיך חוצה” נאר דאס גייט אין אן אופן פון שלום.

38און פארוואס איז דאס אזוי?

39דערפאר וואס אט דאס איז די וועג אויף מצליח זיין בזה.

40וואס דאס איז אויך פארבונדן מיט דעם ענין פון חוצה דער עצם אפטייטש פון חוצה באווייזט דאך אז ער איז ניט אין פנים.

41איז וואנענט, אז ווי ס'שטייט דאך אין הסברות פון שמות, אז חוצה מיט מחיצה האט דאס א שייכות צווישן זיך.

42אז בשעת ס'איז דא אין מיטן א מחיצה ווערט איין ענין מבפנים למחיצה, און דער צווייטער ענין מבחוץ למחיצה.

43וואס מחיצה איז דאך אויך פארבונדן מיטן ענין פון חוצץ דאס איז ניט נאר א זאך וואס ס'טיילט אפ, נאר דאס איז א זאך וואס ס'שטערט בדוגמא וחסיצה שטערט אז ס'זאל ניט אנקומען צו דעם ענין די מים צו דעם ארט וואו זיי דארפן אנקומען וכיוצא בזה.

44וואס דערפאר דארף מען אנקומען דערצו צו דעם ענין פון שלום.

45און דאס דארף מען באווארענען, ווארום ס'קען דאך זיין אין אן אופן פון מלחמה, בדוגמא ווי ס'איז דאך דא פדי ה וואס זיינען געווען פארבונדן מיט מלחמות, וסמתי בדיעות בן אנכא וואס מ'זאגט בנוגע ווען אידן זיינען געווען אין מצרים

46וואס דארט איז דאך געווען אין אן אופן אז דא איז געווען רפא לישראל און דער היפך מזה בא מצרים איז אט דא איז דער פדות און די פדיה דוקא אין אן אופן פון שלום

47און וואס באשטייט דער ענין פון בית שלום באווארנט ער פריער אז דאס איז יום שהוכפל בו כי טוב וואס דאס דערמאנט דאך גלייך די גמרא אין קידושין, וואס זאגט אז דער ענין פון צוויי מאל טוב איז דאס ”טוב לשמים וטוב לבריות”

48וואס דא איז דאך דער דיוק ניט לבני אדם אדער לנבראים וכו נאר ווי דער אלטער רבי טייטשט אפ אין תניא פרק לב, אז ”נקראים בשם בריות” די איינציקע מעלה וואס זיי האבן, אז זיי האבן דער אומן שאתני דער וואס האט זיי באשאפן.

49אז חוץ דערויף קען מען אין זיי ניט געפינען קיין בריות.

50און אט דא פארגלייכט מען, זיין יחס לשמים איז טוב און זיין יחס לבריות איז אויך טוב און דאס שטייט אין דעם זעלבן טאג, ווי גערעדט כמה פעמים לויט דער קביעות פון שנה זו, וואס כמה וכמה זמנים זיינען אויסגעקומען דוקא אין יום שהוכבל בו כי טוב אנהויבנדיק פון ראש השנה,

51און אזוי אויך בפרט וואס ס'איז פארבונדן מיט רבי'ן נשמתו עדן'ן שווערס פאטער, כ' חשבון בשנה זו איז אויך געווען ביום שהוכפל בו כי טוב, ביז י' טס כסלו, וואס דאס איז דאך דער ראש השנה לתורת החסידות,

52כידוע די אגרת הקודש בזה ולדרכי החסידות איז דאס אויך ביום שלישי שהוכפל בו כי טוב.

53און אויף דערויף זאגט מען, אז כדי ס'זאל אנקומען בין חוצה די מעיינות, און אין אן אופן פון הפצה איז דא א זיכערע וועג וואס מ'וועט זיכער מצליח זיין, אז די פדיה וועט דאס זיין בשלום.

54פונקט אזוי ווי ס'איז געווען די התחלת הגאולה און דער אופן הגאולה, נאך קודם שהתחיל פסוק שלאחליו איז דאס געווען ווען ער האט געזאגט ”פדה בשלום נפשי”

55אט אזוי איז דאס דערנאך אנגעוויזן דעם וועג אויף ”יפוצו מעינותיך חוצה” אז ס'דארף זיין בית שלום וואס דאס איז פארבונדן מיט ”הוכפל בו כי טוב” ”טוב לשמים טוב לבריות” וואס בנוגע לעצמו איז דאס, ”אין מצוות שבין אדם למקום” און מצוות שבין אדם לחבירו,

56ובנוגע צו אידן וואס זיינען ארום אים, איז דאס פארבונדן סיי מיט אידן וואס זיי זיינען אפילו ווי זיי זיינען דא למטה זעט מען אז דאס איז א איד וואס ער איז אינגאנצן שמים,

57ער האט צוטאן מערניט ווי מיט תלוחניות'דיקע זאכן, און דערנאך איז דאך דא כמה דרגות, פון ”ראשיכם שבטיכם” ביז די דרגא הכי תחתונה וואס זי ווערט אנגערופן בשם בריות קיין אנדער מעלה האט ער ניט,

58איז שטייען זיי ביידע אין דעם זעלבן טאג שהוכפל בין כי טוב זיי שטייען ביידע אין דעם זעלבן ווארט, בשלום און אט דעמאלט פירט מען דורך בהצלחה דער פותחין אין אגרת וואס דער בר הגאולה האט געשריבן בקשר מיט דער גאולה,

59אויף מסביר זיין דעם אופן הגאולה אז דאס איז פארבונדן מיט ”פדה בשלום” און באווארנט גלייך קודם שיתחיל איידער ער האט אנגעהויבן דעם פסוק וואס נאכדעם, וואס אין דעם פסוק וואס נאכדעם רעדט ער שוין וועגן אן ענין פון אן עונש, דער

60איש מקול טאקע אז דער עונש וועט קומען פון דעם אויבערשטן, אן אש לצדיק לו טוב אבער אף על פי כן דערמאנט מען שוין אן ענין פון אן עונש, ניט דאס איז דער סדר וויבאלד אז בעבודה קען מען מהפך זיין ”חשוכא לנהורא ומרירו למיתקו” על אחת כמה וכמה מיט דעם יחס מיט בני-אדם,

61סיי מיט די וואס געפינען זיך בשמים וואס ווערן אנגערופן בשם שמים סיי אט די וואס ווערן אנגערופן בשם בריות קען דאס זיכער זיין אז ער זאל מהפך זיין די הנהגה מיטן יחס

62אפילו אז ס'האט געקענט זיין א קא סלקא דעתך אז ס'דארף זיין חשוכה ומרירו איז עבודתו איז אז ס'זאל זיין אתהפתא ”חשוכה לנהורו ומרירו למיתקו” און דורך דערויף פועל"ט ער מדה כנגד מדה אויך מלמעלה.

63וואס דאס קומט דאך אין פארבינדונג אט דאס וואס דער אלטער רבי האט איבערגעזאגט כמה פעמים אין דעם גודל הענין פון אהבת ישראל, ביז וואנענט איז ווי ס'איז געווארט פון מגיד און פון בעל שם טוב, אפילו א אידן וואס ער האט אים קיינמאל ניט געזען, און אים גארנישט ניט שולדיק,

64נאר ער האט זיך דערוואוסט אז א אידן פעלט עפעס בקצווי תבל איז אט דעמאלט, ווי ענינו איז, מצד דעם חיוב פון א 'כלל גדול בתורה', ”ואהבת לרעך כמוך” גייט דאס אויך אויף אט דעם אידן, אפילו ווי געזאגט פריער, אז תורה אליין זאגט אז דער איד געפינט זיך אין חוצה און דאס זאגט תורה אלס ”תורת אמת”.

65וכאמור, דאס שטייט אין דעם זעלבן טאג און אין דעם זעלבן ווארט, און דאס איז דער מורא דרך אויפן ענין הגאולה, ווי שוין אמאל גערעדט אין א התוועדות פון יו ת' כסלו בארוכה.

66בהדגשה בזה, אז וויבאלד אז מ'האט מגלה געווען די הוראה פון דעם אלטן רבי'ן אן, ביז וואנענט אז דורכן רבי'ן דעם שווער האט מען דאס אפגעדרוקט און איבערגעזעצט בכמה לשונות, און ס'איז אנגעקומען אין חוצה איז דערפון גופא א הוכחה, ווי גערעדט פריער פון תורת הבעל שם טוב,

67אז יעדער ענין איז 'בהשגחה פרטית', אז יעדער איד צו וועמען ס'איז אנגעקומען אט דער ווארט פון דעם אלטן רבי'ן מיטן בעל שם טוב, אדער ס'ווערט אנקומען איז דאס

68גופא א הוכחה אז ער קען שוין ווערן דער מפיץ מעיינות חוצה און אין אן אופן פון בית שלום ”טוב לשמים וטוב לבריות” און מיט א הצלחה אז דאס וועט זיין אין אן אופן פון יפוצו און אט דאס ברענגט אויך אראפ אין די לעצטע טעג פון גלות דער תועמי' חיים זכו דער ”ונתתי שלום בארץ” כפשוטו אין 'ארץ הקודש',

69ו”ונתתי שלום בארץ” וואו א איד געפינט זיך דארף ער דאך דארטן אויפבויען זיינע ד' אמות אויף וועלכע דער אויבערשטער זאל קענען זאגן ”ושכנתי בתוכם בתוך” כל אחד ואחת ווערט א אידישע הויז און א אידישע סביבה און א אידישער קרייז אן ענין פון א מסכן ומקדש

70לא יתברך און דאס איז ממהר דעם ”קץ שם לחושך” וואס חושך און מחלוקת און פירוד גייט דאך אלט צוזאמען.

71און דאס ברענגט אראפ ועשו ”כולם אגודה אחת” ”לעבדו כולם שכם אחד” ביז ווי דער המשך אז אז אהפוך על כל העמים כולם שפה ברורה אויך לעבדו אויף דינען דעם אויבערשטן, ובקרוב ממש, בגאולה האמיתית והשלימה.

72לחיים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions