English
ספרייה
kind
paragraph
order
B4
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
פרט פון דער וועלט זאל זיין אן אמת'ע און א שטארק'ל און א געזונטע און א שלימות'דיקע זאך, און גיין דערנאך מחיל אל חיל. וואס דאס איז דאך אויך איינער פון די פירושים וואס מ'זאגט, אין מאמר חז.ל וואס מ'זאגט, אז ארץ ישראל שתתפשט בכל הארצות אז פונקט אזוי ארץ ישראל איז דאך געמאכט געווארן אין אן אופן, אז מ'זאל דארט ברענגען קרבנות צו דעם אויבערשטן, און דארט זאל מען לויבן דעם אויבערשטן, אין ביתי בית תפילה יקראו לכל העמים וואס דאס איז דאך געווען דער ענין פון בית המקדש, זאל דאס נתפשט ווערן דורך דערויף וואס יעדער באשעפעניש, צי א איד ס'איז ניט קיין איד, און סיי א באשעפעניש פון מדבר אדער חי אדער צומח אדער דומם, וועט אריינברענגען נאכמערער לעבעדיקייט און נאכמערער שלימות אין דעם גאנצן ארומזייערן, וואס אט דעמאלט ווערט דער ענין פון ביכורים, וואס ביכורים איז דאך געווען דער דין, אז מ'האט דאס געדארפט ברענגען אלס א פארשטייערשאפט פון אלע
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים