עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-b0e0c6at

kind
paragraph
order
rR
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
יותר, און אויך אין אן אופן אז מלכתחילה האט ער גאר ניט קיין דאגה, ווארום ער האט דאך דעם בטחון אמיתי, און בטחון גמור, אז ס'וועט ניט זיין קיינע ענינים של ספק ובלבולים, נאר מנוחת הנפש ומנוחת הגוף, וואס דאס וועט נאכמערער צוהיילן אז בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו און אין אן אופן פון כל גלי לשון יחיד, וועט מען זיך אלע צוזאמענקלייבן זיך, לארצנו הקדושה, ארץ אשר תמיד עיני הוי'אלקיך בה, און אין אן אופן פון ויקהל קהל גדול ישובו הנה, און אין אן אופן אז קיין איין און איינציקער איד וועט ניט בלייבן, אין גלות, וואס ער וועט זיין תקודו פון הקטן שבקטנים ביז הגדול שבגדולים, גייען זיי אלץ אריין אין דער זעלבער איין און איינציקע סדרה פון ויקהל פקודים פקודי ויקהל כמוזכר לעיל. ובמיוחד נאך, אז מ'פארבינדט דאס אויך מיט א מעשה בפועל כרגיל, ביתוודת כגנזו, אז מ'מאכט יעדערן פאר א שליח מצוה, אין ענין פון א צדקה וואס מ'קרבת את הגאולה און מזרזת את הגאולה, כמדובר לעיל, יעיל, ניט התוועדות שלפני זה כמה פעמים, דורך געבן במעשה בפועל א שליחות מצוה, וואס איז פארבונדן אויך מיט א מצוה, שקולה כנגד כל המצוות, אין מצות הצדקה, וואס יעדער מצוה, על אחת כמה וכמה א מצוה הכי גדולה, איז דאך כבדה את המצוה שהן שלוחי פון עצמות ומהות, ווי דערמאנט פריער ושכרתם את כל מצוותי, אנהויבנדיק פון א מעשה פון א קטן שבקטנים, און פון א קטנה שבקטנות, ביז צו דעם גדול שבגדולים, כמוזכר לעיל.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions