עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-axrhdmjf

kind
paragraph
order
Kf
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
רוסלאנד, האט ער געזאגט, אז ער וועט זיך דערפאר ניט אפשרעקן, ניט מאכן א גאנצע פרסום דערפון, במילא איז ער זיכער, אז כל ענין אליין וועט אים אויפנעמען, און וועט ניט לאזן אז מ'זאל אים ניט צולאזן צו אים, וכך הוי מילתא, אז ער איז טאקע געפארן און טאקע דערגאנגען צו אים, און טאקע גערעדט און האט גע'פועל'ט, וכאמור, ס'איז ארויס א פקודה פון מסכוי, אז אפילו ווע די חטים האבן דאך געהערט צו דער מלוכה, במילא אז מ'וועט זיי ניט נוצן די פרייזן וואס מ'האט קיין אומען פאר חטים הראויים אויף נוצן אויף פסח איז דאס געווען א עקאנאמישער היזג פאר די כללות המלוכה בכל המלוכה כולה. און אף על פי כן איז אנגעקומען די פקודה אין יקטרינת לאו, וואו זיי זיינען געווען די הויפט מילן, און דארט האט מען געזאגט, אז ער זאל צושטעלן אויסקלייבן אליין די משגיחים, און קיינער וועט די משגיחים ניט זאגן קיין דיעה, און דער משגיח דארף גאר ניט דערציילן די מלוכה וואס ער פסול'ט און פארוואס ער פסול'ט, ער דארף נאר אפגעבן דעם דין וחשבון מיט דער הסברה צו דעם הר
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions