English
ספרייה
kind
paragraph
order
p
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
דערנאך איז דא חד חרוב, און דערנאך איז דא א צווייטער דיעה, יחיינו מיומייל, תרי חרוב, לויט דער דיעה וואס מ'זאגט תרי חרוב קען מען דאך ניט זאגן אז דאס איז על שם העתיד, ווארום על שם העתיד איז ניט איין יום השבת, נאר צוויי יומות השבת שבתו, במילא מוז דער תנא האלטן, וואס ס'האלט אז חד חרוב בשעת הגאולה, אז ליום שכולו שבת מיינט מען דאס על שם העבר, וואס דעמאלט איז געווען א יום השבת, יום אחד. און ויהי רצון, אז נוסף אויף דעם ביאור בכל ענינים אלו, וואס זיכער איז ער דאך דא אין א ביאור אמיתי, ויהי רצון, אז מ'זאל צו אים צוקומען, וכפי שיתבאר לקמן מה שנראה לפי עניות דעתו, און דער עיקר, אז מ'זאל קומען פון רעדן וועגן די ענינים האמורים ליום שקולו שבת ומנוחה בפשטות, וואס דאס איז דאך דא לכל הדעות, דער ענין איז נאר צי ס'איז דא יום שקולו שבת אדער שני ימים שקולו שבת, זאל מען צוקומען צו דעם ענין בפשטות, וויבאלד נאך אז מ'געפינט זיך אין ערב שבת, באלף הששי, און דעמאלט גופא געפינט מען זיך אחר חצות היום, לאחר שכבר עברו תק'שנה, און מ'געפינט זיך אין דערויף גופא שוין קרוב לפלאג המנחה וכיוצא בזה, און א שנה וואס דער רמז שבה איז, וואס זי ווערט אנגערופן און געשריבן אין שטרות, כמדובר לעיל, אז אין שטרות קען מען אפילו ניט שרייבן די שנת האלפים, און מ'איז יוצא און ס'איז א שטר כשר, אז מ'שרייבט די מאות און עשיריות און אחדות, וואס דעמאלט שטעלט זיך דאס אויס אין דעם ווארט תסמך וואס דאס איז דאך א רמז, וואס רמז איז דאך אויך א לימוד אין תורה, ביז א לימוד פון כמה הלכות, וואס מ'לערנט זיי אפ פון א רמז, כמדובר כמה פעמים, און פון דעם רמז זאל דאס ארויס בפועל, און אין אן אופן פון וזאת הברכה אז מראה באצבעו
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים