פסקה
פסקה rh-awv93m16
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-b14y1gj2
- order
- 2a
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- סוכות ווערט דאך אנגערופן אין אונזער תורה, וואס ס'איז אפגעגעבן געווארן, ווי ער האט פריער געזאגט, תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב אז דאס איז אן אינהריטענס, א ירושה, וואס משה האט איבערגעגעבן יעדערן פון דעם אידישן פאלק אין אלע דורות, און זעלבסטפארשטענדלעך אין אונזער דור איבערגעגעבן צו אונזער דור, ובמיוחד ספעציעל צו די קינדער, צו די אידישע קינדער פון דעם דור, אז זיי זאלן וויסן זיין, אז יעדערער פון זיי האט דער אויבערשטער אליין געגעבן זיין גאנצע תורה, פון בראשית ברא אלקים וואס איר האט ערשט הא געזאגט דעם פסוק, ביז דעם לעצטן פסוק לעיני כל ישראל, האט ער דאס אפגעגעבן אלס א ירושה, אלס אן אייביקע ירושה, צו יעדער אידישן מענטשן, סיי מאן און סיי פרוי און סיי קינד, ביז גאר קליינע קינדער.
- proofread
- 0