transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1ס'איז דאך נאך א חידוש בשנה זו לגבי י' כסלו פון שנה שלפני זה, וואס איז אויך קשור מיטן חילוק פון יום בשבוע,
¶2וואס דאס איז דער חלק אין פרשת השבוע, ווי דער אלטער רבי האט געזאגט אז מ'זאל לעבן מיט דער צייט, און דער מיטעלער רבי האט דאס פרעגט און מבאר געווען דערנאך אז דאס מיינט מען מיט דער פרשת השבוע ובפרט מיט דער חלק פון פרשת השבוע וואס איז פארבונדן מיט דעם טאג, וואס ביום שלישי איז דאס פון שלישי ביז רביעי,
¶3וואס דאס איז ווי די קביעות דוקא פון שנה זו און ניט ווי שנה שלפני זו, וואס דארטן הויבט זיך גלייך אט, אז יעקב האט אנגערופן דעם ארט ”ויקרא שם המקום” פניעל און דערנאך איז ער גלייך ממשיך אויף ויתך ”לו השמש כאשר עבר את פנועל”,
¶4והוצא לו על ירכו שטעלט מען זיך אויף דערויף אין מפרשים פארשנים שבתורה, עאכו"כ אין מדרשי חז"ל,
¶5ביז דער דרוש הידוע פון צמח צדק, וואס שוין אויך געדרוקט אין אור התורה, וואס ער הויבט אן אז יעקב האט דאס א נאמען געגעבן ”ויקרא שם המקום ההוא” פניעיל מיט א י, און דערנאך זאגט ער גלייך ”כאשר עבר את פניעיל” מיט א ו אויך דארף דאך האבן א ביאור, א דבר תמוה,
¶6ער האט אים אנגערופן ב”שם פניעיל רעיתי אלקים פנים אל פנים ועתינציל נפשי” כלשון הכתוב.
¶7אויף וועמען גייט דאס ”רעיתי אלקים פנים אל פנים”?
¶8גייט דאס אויף שרו של אותם, ווי ער זאגט אין מדרש, און רש י ברענגט דאס אראפ בפירושו על התורה.
¶9דערנאך קומט צוגיין דער צמח צדק און איז מבאר אין דעם מאמר המוסכר וואס שוין געדרוקט אין אור התורה במקומו, אז דאס גייט אויף אן עבודה פון אידן וואס ס'דארף זיין פנים אל פנים,
¶10בקשו פניי דורך דערויף וואס ”את פניך הוי' הבקש” ווי אזוי געפינט ער ארויס פניי פון א אידן?
¶11דורך דערויף וואס 'פניך הוי'' הבקש במילא ווערט דאס פנים אל פנים.
¶12ישר יחזר פנימו און דערנאך זאגט מען, אז דאס איז פארבונדן ”אין מקרא יוצא מידי פשוטו” וואס פשוטו איז ”ראיתי אלקים פנים אל פנים” שרו של אותם.
¶13בפרט נאך ווי ער איז מבאר בארוכה אין דעם דרוש וואס איז דער ענין פון פנימיות העבודת השם, ביז ווי בפשטות איז קען דאך זיין מצות אנשים איז מלומדה אפילו ווען דאס איז 'עבודה שבלב',
¶14איז אין לב איז דאך דא חיצוניות הלב און אין פנימיות הלב, און די עבודה דארף זיין אין אן אופן אז מ'זאל זוכן און מ'זאל ארויסגעפינען אין אן אופן של בקשה, אז דאס זאל דורכנעמען ארויס בגלוי אז ס'זאל זיין דער בקשון פנה.
¶15וואס דערפאר איז אויך דאס פארבונדן, און ווי אזוי דערגרייכט מען דאס?
¶16דורך ער ”פניך הוי'” הבקש וואס דאס איז אויך בפשטות, ס'קען זיין אז ער איז מבקש את ה' בפשטות ובחיצוניות, דורך דערויף וואס ער איז זיך מתבונן אין ”מה רבו מעשיך” ו”מה גדול מעשיך” אין חיצוניות הדברים,
¶17וואס דאס אליין דארף זיך מעורר זיין ביז אין אן אופן הכי גדול צו עבודת השם, ובלשון התניא, אז ער זעט אן אדם וואס רבים געפינען זיך ארום אים, ומשתחוים לפניו וכו אט דאס אליין איז גענוג ערפאר מ'ווייס גאר ניט וועגן ”גדלות האיש הזה”,
¶18עאכו"כ וועגן זיינע מעליות הפנימיות שבו, וואס משכמו ומעלה איז ער ”גדול מכל העם” פון דעם ראש פון דעם אים, איז דאס ביי אים משכמו ומעלה פון כל העם,
¶19איז דער אליין זען בחיצוניות, אז ס'איז דא רבא מעשיך און גדול מעשיך וואס זיי זיינען משתחוה צו אט דעם אדם, איז דאס אליין איז ביי אים מעורר, אז יראה גדולה ביז אז דאס קומט אראפ אין עבודת השם, אין עבודת ה וואס איז פארבונדן אויך מיט לב,
¶20דערנאך איז אבער דא די עבודה וואס איז פארבונדן מיט פנימיות אליין, וואס דאס איז דורך דערויף וואס ער פארבינדט זיך מיט פנימיות המלך, מיט פנימיות הבורא, וואס בפשטות איז דאס דער פנימיות ”כל הבריאה כולה” איז דאך ”אסתכל באורייתא וברא עלמא” ער פארבינדט זיך מיט תורה, און אין תורה עצמה
¶21איז דא דער ענין פון 'פנימיות התורה', ווי ער זאגט אין זהר בהעלותך אז אין תורה איז דא גופא תורה כלשון תורה שבעל פה און ס'איז דא ”נשמתא דאורייתא”, און ”נשמתא דאורייתא” עצמה איז אויך דא נשמתא סתם, און נשמתא דנשמתא,
¶22כמבואר דארט אין זהר און אין מפרשי הזהר.
¶23וואס דאס איז דער 'כללות ענין' פון ”פנימיות התורה, נשמתא דאורייתא”.
¶24און אין דערויף זאגט מען אויך, ווי ער איז מבאר אין דעם דרוש, אז אין דערויף איז דא די צוויי דרגות צום אלעם ערשטן ”ויקר יעקב שם המקום”, אז הוא פניעור מיט א יו"ד, וויבאלד ער דארף זיך פארבינדן מיט פנימיות, 'פניך הוי'' הבקש איז פון דארטן ווי אזוי קען זיין התחלת ההתקשרות?
¶25דורך דערויף וואס ס'איז דא דער ביטול פון דעם תחתון, אז ער בלייבט מערניט ווי א יו ד תתא, א נקודה בעלמא, און דאס פארבינדט ער מיט דער נקודה התחלה פון דעם עליון, וואס דאס איז דער התגלות פון פנימיות, ווי אזוי קען זי זיין ווען זי הויבט זיך אן מיט א נקודה.
¶26פון דער נקודה קומט דאס דערנאך אראפ בהיכלה.
¶27אבער ווי אזוי קען זיין ”ראיתי פנים אל פנים”, פנימיות אן אדם פנימיות פון א אידן מיט פנימיות פון דעם אויבערשטן איז דאס פני אז דאס איז פנים און פון א-ל, אבער אין אן אופן אז דאס ווערט דורך א יו ד.
¶28דער תכלית העבודה איז דאך, אז 'ועיקר העבודה' איז דאך דאס דוקא אין דעם כיבוש פון שבע אומות, און כיבוש פון דער ארץ פון ”שבע אומות, ובלשון” התניא דאס איז די עבודה אין די מדות,
¶29כמבואר בארוכה אין דעם מאמר פון בר הגאולה ”על תצר את מואב” ווי אזוי דער 'עיקר העבודה' 'בזמן הגלות' ובזמן פון די שתי בתי מקדשות, איז געווען דער כיבוש פון שבעה ארצות,
¶30און ערשט לעתיד-לבוא וועט זיין ”ירחיב הוי' ”את גבולך” קיני קניזי וקדמוני”, וואס דערפאר איז אויך אין עבודה בפועל איז 'עיקר העבודה' אין עבודת המדות, און מערניט ווי מ'נוצט דעם מוכין אויף וויפל מ'דארף דאס האבן כדי די עבודת המדה זאל זיין בשלימות.
¶31און דערפאר איז אויך, בשעת ס'איז דא דער פני דערנאך ווי דאס קומט אראפ פון יעקב און יו ד עקב קומט דאס דערנאך אראפ ווי דאס ווערט אנגערופן, כמבואר אויך אין פארשטני המקרא,
¶32בלשון העולם כולו איז דאס פנויל מיט א וי וואס א וי' באווייזט דאך אויף א 'המשכה מלמעלה' למטה פון דעם יו' שבראש הוי ווערט דאס דערנאך נמשך און דאס גייט-דורך דורך אלע ששה מדות,
¶33וואס דערנאך ווערט דאס אויך נתכנות אין כנסת ישראל אין מדת המלכות און מדה השביעית, וואס דאס איז וואס גלייך דערנאך איז געווען ”ויאזרח השמש כאשר עבר את” פנוי לאוציא לו על יריכו,
¶34און דאס ברענגט אויך, וויבאלד אז ס'איז דא מעשינו ועבודתינו במשך ”שיטה אלפי שני דהוי עלמא”, וואס דאס איז דער ענין פון א וי קומט דאס דערנאך אראפ ווי ער זאגט אין מדרש ”ויאזרח לו השמש” וואס איז דא דער דיוק פון לו?
¶35דער שמש האט זיך זורח געווען ”לכל באי עולם” נאר וויבאלד אז והוציא לו על יריכו דורך דערויף וואס ס'איז געווען ”ויאזרח לו השמש” איז ער נרפה מצלעתו ווי רש"י איז דאס אויך מפרש אין פשוטו של מקרא,
¶36אז אף על פי וואס ס'שטייט אז ”ויאזרח לו השמש כאשר עבר את” פנוי והוצאו לא על יריכו טייטשט אפ רש"י אז דאס איז געווען ”קודם שזרכי השמש” דורך זריחת השמש איז דערנאך געווארן אז נרפה מצלעתו
¶37וואס דאס זאגט ער אויך אין מדרש, טאקע אין דרושי בתורה איז דאך אבער א חלק אין תורה, און א חלק וואס קרוב לפשוטו של מקרא ווי אין מדרש רבה אין בראשית על מקומו, זאגט ער אז דער אויבערשטער האט געזאגט יעקב'ן אז ער איז שימו לבניך אז דורך דערויף ויזלח לו השמש,
¶38”כאשר עבר את” פנוי, להוציא לו על יריכו וועט דאס זיין שימו לבניך אז ס'וועט זיין וזרחה ”להם שמש צדקה, מפה” בכנפי וואס דאס גייט דאך אויף לעתיד-לבוא, וואס ”הקב"ה ומוציא חמה מן” ארתיקה,
¶39און דעמאלט איז ער ”מרפא כל הענינים” וואס דארפן האבן א ריפוי, עאכו"כ די ענינים וואס דארפן האבן א ריפוי כפשוטו, און ס'ווערט א פרץ, תולדות מלא, ”עולם במילואו במהרה” בימינו ממש, בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.
¶40וואס דאס איז אויך, כאמור, דוקא בקביעות שנה זו איז דאס פארבונדן מיט יו' כסלו, וואס דאס איז יום הגאולה, פון א נשיא בישראל, וואס א נשיא איז דער ראש פון כהנים,
¶41”והנשיא הוא הכל” ווי רש"י ברענגט אראפ ווערט דאך ”בתור ראשו גופא אזיל” איז דאס א יום סגולה פון א גאולה של כל אחד ואחת,
¶42על אחת כמה וכמה פון די וואס לערנען תורתו בדרכיו אשר הורנו 'ונלכה באורחותיו', און מיט אזא מין תוקף, ווי ער זאגט אין אגרת הקודש בסיום הענין, אז דאס ווערט ”נצח סלה ועד” ווי די גמרא זאגט אין עירובין, אז ”כל מקום שנאמר נצח סלה ועד איז אין לו הפסק” דאס איז אן ענין נצחי.
¶43וואס דאס איז דאך אויך דער ענין פון דער גאולה העתידה לבוא במורא בימינו ממש, אז דאס איז א גאולה שאין אחרי' גלות, א גאולה נצחית, און
¶44ס'זאל זיין בשעתא חדא וברגעא חדא ”מיד הן נגאלין” ווארום ס'איז זרחה לכם ”שמש צדקה ומרפה בכנפי” אנהויבנדיק פון ”שמש ומגן הוי' אלקים” מוציא חמה מנארתיקא מ'נעמט ארויס די 'פנימיות התורה' און מ'איז דאס מגלה
¶45איז ביז אין אן אופן פון יפוצו מעיינותיך חוצה איז דאס מבטל אינגאנצן דעם חושך יכסה ארץ, דעם חושך הגלות, און ס'ווערט דער שמש צדקה און שמש אלקים ”בנגלה כבוד הוי' וראו כל בשר יחדיו כי פי הוי' דיבר”.
¶46ס'איז דאך אויך דער ענין וואס אויף נאכמער מקרב זיין די גאולה איז דאך דער ענין הצדקה, וואס ”גדולת צדקה שמקרבת את הגאולה”.
¶47וואס דאס איז אויך וואס תומנהו אין די התוועדות בדומה לזה אין זמן האחרון, אז נוסף אויף דעם ענין התורה, וואס ער האט גע'חזר'ט תורתים של הביתינו נשיאינו,
¶48כולל אויך פון בעל הגאולה, צוזאמען מיט ענין התפילה ”שיבנה בית המקדש במהרה בימינו” וועט מען אויך מסיים-זיין און חותם-זיין בנין הצדקה אויף פאנאנדערטיילן דורך די טאנקיסטן א דאלער לכל אחד ואחת על מנת לתתו לצדקה,
¶49און ויהי רצון, אז יעדערער זאל זיך אויך משתתף זיין אין די אלע מגביות וואס ס'איז געווען ביז איצטער, אף על פי וואס ס'איז אפשר געווען א סיבה וואס מ'האט זיך אין דערויף ניט משתתף געווען, על אחת כמה וכמה די מגביות שיום זה פון יו"ד כסלו, ועל דרך זה די מגביות פון יו' טס כסלו,
¶50ועל דרך זה די מגביות פארבונדן מיט חנוכה, און מגביות של צדקה, כל צדקה איזה שתהי', עאכו"כ א צדקה וואס איז פארבונדן מיט תורה איז דאך דעמאלט דא די ביידע ענינים,
¶51פון במשפט זו הלכתא ובצדקה דער ענין הצדקה איז דאס נאכמער ממהר און מזרז אז ס'זאל קומען דער ”ציון במשפט תפדה” זו הלכתא ושביה בצדקה, במהרה בימינו ממש, על ידי משיח צדקנו.
¶52וואס דערפאר איז כאמור וועט מען איצטער זינגען די יבנה בית המקדש אויך זינגען א ניגון פון דעם בעל הגאולה אלס א המשך צו דעם ניגון פון דעם אלטן רבי'ן, און דערנאך אויך לאחרי ברכת אחרונה די וואס זיינען מחוייב בזה, ווארום זיי האבן געגעסן אדער געטרונקען כפי השיעור, טיילן על ידי הטאנקיסטן די דאלארס לצדקה,
¶53דער וואס וויל וועט אויך רושם-זיין על הפיז כשמו ושם אמו, צוזאמען אויך מיט נתינה לצדקה, מיד רחבר כפי נדבת לבו.
¶54ובקרוב ממש זאל זיין דער ”לך הוי' הצדקה” בגלוי, וואס די עיקר צדקה וואס יעדער איד בעט בא דעם אויבערשטן און אלע אידן בעטן בא דעם אויבערשטן יעדער טאג, און דעם גאנצן טאג ”לישועתך קוינו כל היום”, גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.
¶55לחיים.