פסקה
פסקה rh-aw6n1yw4
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-wgb4248k
- order
- 4
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ס'איז דאך ווי גערעדט מערערע מאל, ובפרט צו חי אלול וועגן דעם ענין פון המעשה הוא העיקר, און אויך אין דעם מכתב פון טאג פון חי אלול, איז דאך פארשטאנדיק, אויך בנוגע צו חי אלול אליין, די אלע גוטע החלטות, וואס זיכער האט דאך יעדער האנשים הנשים והטף אנגענומען, איז אויך אין דערויף גופא ביתר שאת וביתר רוז, דער המעשה הוא העיקר. וואס בעיקר זעט זיך דאס אויס אויף מארגן נאך דערויף, ווארום אין דעם טאג עצמו איז דאך ניט אלעמאל קלאר און לייכט צו פאנאנדערקלייבן צווישן דעם ענין הכללי וואס אין דעם טאג, וואס ער איז כולל אין זיך די כל השנה הבאה, ביז דעם חי אלול פון שנת תשמיד תיידך, עאכו כמה וכמה אז ער איז כולל אין זיך די צוועלף טעג צווישן חי אלול און ראש השנה, משא'כן א טאג נאך דערויף בלייבט דאך דעמאלט דער ענין הפרטי פון דעם טאג, איז אויך דעמאלט לייכטער זיך פאנאנדערקלייבן בהנוגע צו דעם טאג שלפני זה פון דעם חי אלול, די ענינים הכלליים שבו וואס ס'האט זיך אויפגעטאן, און ענינים הפרטים וואס ס'האט זיך אין אים אויפגעטאן, משא'כן וואס זיי זיינען ניטא אין דעם טאג פון י'טס תשרי, וואס זיי זיינען דעמאלט ניטא ס'איז דאך תקדושה אינה זזרה ממקומה, אבער דעמאלט ווערט דאס א מעלין בקודש, ווי אין אלע ענינים, על אחת כמה וכמה אן ענין וואס אין יתידורנו האט אפגעטייטשט, אז חי אלול האט אויך דעם אפטייטש, אז דאס גיט א חיות אין אלע ענינים פון אלול, איז דאך על אחת כמה וכמה, אז דעמאלט איז נאך מערער און נאך קלארער און נאכמער נויטיקער אויף ארויסברענגען די אלע ענינים.
- proofread
- 0