פסקה
פסקה rh-at4v17b0
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-1377ym00
- order
- uM
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אדער דאס איז די ברכה אחרונה, ווי מ'זעט אויך דעם תוכן פון די ברכות אחרונות, אנהויבנדיק פון ברכת המזון, און דערנאך אויך די אלע ברכות אחרונות, ווי אפגעדרוקט אין אלע סידורים. ועוד והוא העיקר, אז בשעת א איד, ווי דערמאנט פריער, אפילו א קליין אידיש קינד, באשליסט, אז ער דארף ממלא זיין דעם אויבערשטנ'ס שליחות, און נאך מערער ער דארף דאס ממלא זיין בשמחה ובטוב לבב. ועוד והוא העיקר, ער דארף דאס ממלא זיין בצריזות, אין אזא מין צריזות, אז יעדער רגע זאל אויסגענוצט ווערן אויף ממלא זיין אט די שליחות. און ס'הויגט ניט אפ צו וועלכן שבט ער האט געהערט, ווי ס'איז געווען אויך בא די י'ב' אנשים, איז דאך געווען א פארשטייער פון יעדער שבט, און די אלע צוועלף נשיאים די אלע צוועלף שלוחים האבן באקומען די זעלבע שליחות, ווי דערציילט אין חומש, אין וואס באשטייט די שליחות ווי זעט אויס ארץ ישראל
- proofread
- 0