עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-ap2w1njk

kind
paragraph
order
Nc
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
זיי האבן אלץ אין וואס זיי נויטיקן זיך, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, ווי דערמאנט פריער מידו המלואה הפתוחה הקדושה והרחבה. במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז מ'דארף ניט האבן קיין השתדלות אויף שמחה במיוחד, און אפילו ניט קיין השתדלות אויף מרבה בשמחה, נאר דא קומט-צו נאך א ציווי מיוחד, אז יעדער איד פילט דערביי אז אין צוגאב וואס דער אויבערשטער גיט אים כל טוב גשמי ורוחני פארשאפט ער א גרויסן און גאר א גרויסן פארגעניגן דעם אויבערשטן, דורך דערויף וואס ער געפינט זיך אין א מעמד ומצב פון שמחה. וואס בא יעדער אידן איז דאס נאכמערער מוסיף, אז ער ווייס אז דורך דערויף וואס ער וועט זיין בשמחה איז ער נאכמערער מוסיף איז דורך ישמח ישראל בעשיו נאכמערער מוסיף איז ישמח הוי'במעשיו, אז דער אויבערשטער איז נאכמער שמח מיט דעם צושטאנד פון אידן, ובפרט נאך אז מ'איז ממלא אט דאס וואס חודש אדר זאגט אן יעדער אידן, ווי אזוי מ'זאל העלפן א צווייטן אידן, אין א ענין וואס דער צווייטער איד איז אין פארגלייך מיט אים דארף ער אנקומען צו זיין הילף
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions