English
ספרייה
kind
paragraph
order
i
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און ס'האט דערנאך דעם זכות הרבים, אז מ'איז מוסיף במעשינו ועבודתינו בכלל, ובפרט אין ענינים פון לימוד התורה, וואס תלמוד תורה כנגד כולם האט מען דאך אויך דעם זכות אויף נאכמערער צוהיילן די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס דאס איז פון די דריי מענטשן פארבונדן במיוחד מיט חג השבועות, משה און דוד און דער בעל שם טוב, סיי אין נגלה דתורה און און סיי אין פנימיות התורה, און ס'ווערט דערנאך אויך אלס א הכנה צו תורה חדשה מאיתי תצא, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט מתן תורה, ווארום מתן תורה איז דאך געווען מערניט ווי איין און איינציקן מאל, און פארבונדן מיט ענין התורה און מיט קבלת התורה, און ס'ווערט דערנאך אויך אין אן אופן אז דאס היילט נאכמערער צו ביז די קבלת התורה פון די תורה חדשה, בפרט נאך אז מ'איז מסיים אין דעם ענין הצדקה, און וואס יעדערער נעמט אויף זיך די שליחות, ווי דער אלטער רבי שרייבט אין תורה אור, כמדובר כמה פעמים, אז דער ענין התורה איז דאס דער ענין הצדקה, כמבואר שם בפרטיות, ובפרט אין די הגהות און די הוספות פון די דרושים הזה פון דעם מיטעלן רבי'ן און צמח צדק, וואס דאס איז דאך כולל כלות כולם, בפרט נאך ווי אין די דרושים פון נשיא דורנו, פון דעם רבי'ן דעם שווער, און מ'האט גלייך דער לימוד התורה אין אן אופן פון נשא את ראש וכפליים לתושי ווי די קביעות אין היינטיקן יאר, און דערנאך אויך צוזאמען מיט קרבנות, וואס מ'האט געבראכט נשיאים ביום הראשון פון אלע צוועלף שבטים ביום הראשון, און אלע בשוה כאיש אחד בלבו אחד על דרך ווי ס'איז געווען בהנוגע צו מתן-תורה און צו קבלת התורה, וואס ס'איז געווען אן עיקר בזה, ובפרט נאך אז מ'וועט זיך אויך זיכער מוסיף זיין אויך אין דער צדקה, וועט דאס זיכער נאכמערער מוסיף זיין אין צדקה יעשה הקב'ה תוקף ומיד מיט אנשים נשים וטף, און ברענגט די גאולה האמיתית והשלימה
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים