עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-ahy5frn7

kind
paragraph
order
7
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ווי ס'פירט זיך איז מען דאך אלעמאל מסיים מיט דער מצוה פון געבן צדקה, ובפרט אז מ'קומט דאך איצטער פון תפילת המנחה, וואס יעדער תפילה איז דאך פארבונדן מיט צדקה פאר דער תפילה, על דרך זה אויך פארשטאנדיק צדקה לאחרי התפילה, בפרט נאך אז דאס ווערט אויך א הכנה צו די תפילות שלאחרי זה, ועוד והוא העיקר, אז דאס ווערט אויך א הכנה אויף מזרז זיין, אז ס'זאל קומען נאך שנעלער דער קיום פון דער הבטחה פון ושבית שבי וואס דאס איז דאך ווי דערמאנט פריער די הבטחה, אז מ'באקומט צוריק דעם בית-המקדש ווי ער איז שוין געבויט אין למעלה, באקומט מען אים דארט צוריק און ער ווערט אנגעטאן אין דער בית-המקדש דלמטה, אין דער גאולה האמיתית והשלימה, אין ארץ ישראל, און דארט גופא אין ירושלים, און דארט גופא אין הר הבית, און דעם ארט וואו ס'איז געווען דער בית-המקדש לפני זה, על דרך זה אויך אין דעם זעלבן ארט ווערט אראפגענידערט און אויפגעשטעלט פון דאס-ניי דער מקדש אדנ כוננו ידיך
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions