עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-ag1vn85d

kind
paragraph
order
lu
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
זאל ווערן צוגעקלאפט דארטן וכיוצא בזה, איז קען אמאל זיין, אז דער וואס ער האט אים אויפגענומען אלס אן אורח, גיט ער אים מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, אבער צולאזן אים ער זאל מאכן לעכער אין זיינע כסלים, אדער ער זאל מאכן לעכער אין זיינע טישן, איז אויב ס'איז ניטא קיין הכרוך פרעגט ער ביי אים וואס דארפסטו מאכן א לאך אין א טיש אדער אין א וואנט? קענסט דאס מאכן אויף א לייכטערן אופן, זיין דער זעלבער ענין! און דאס איז, בשעת ער וועט נעמען א צדקה פושקע, אדער מאכן א צדקה פושקע פון א פאפיר, איז דאס קען ער מאכן אויף א לייכטערן אופן פון די פאפיר הנמצא ברשותו, און וועט דאס מאכן אין א צורה פון א קופה של צדחה, וואס דאס קען טאן אפילו אזא וואס ער איז ניט קיין קונצן-מאכער אויף מאכן א דבר וואס דארף האבן ונומן דאס איז אן ענין וואס אפילו יעדערער קען דאס טאן, און מ'וועט נעמען אט די פושקע וואס ער וועט מאכן פון פאפיר, און וועט דאס צוקלעפן צו א דבר של בנין אין דעם חדר אין וועלכע ער שלאפט, אדער עסט, אדער ער נעכטיקט דארטן, אדער קומט אהינצו צוגיין, וואס דאס וועט אים יעדערער צולאזן, וויבאלד אז ער קלעפט דאס צו, און קלעפט דאס צו אין אזא אופן וואס ראש השנה און שבת טאר מען דאס ניט אפרייסן, ווערט דאס א חלק פון דעם בנין, און דערנאך, בשעת ער נעמט דאס דערנאך פון דארטן צו, ווארום ער פארט אוועק לביתו און נעמט דאס מיט לביתו איז אט דעמאלט איז ניטא קיין היזק אין דעם כלי אדער אין די רהיטים אין די מעבל צו וועלכע ער האט דאס צוגעקלעפט, און בשעת מעשה כל זמן דאס איז דארטן איז דאס אן ענין של בנין. וואס כאמור, דאס איז אן ענין של בנין וואס דאס האט דאך א שייכות מיוחדה צו ראש-השנה, וואס דעמאלט איז געווען ויבן אלקים און דעמאלט איז געווען דער בנין ספירת המלכות, און דעמאלט איז געווען דער בנין כל העולמות כולם, וואס דעמאלט איז אויך דער אויס-בנין אויך געווען דער ענין וואס פותח בב'ת, דערפאר וואס דאס איז אן ענין של ברכה
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions