Paragraph
Paragraph rh-acsd80w9
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-extjh773
- order
- Aa
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און געבן צדקה נאכן דאווענען, כמדובר כמה פעמים, אבער דערנאך איז הנהג בהם, מנהג דרך ארץ, ווי ער גייט ארויס אין חוצה, און אט דארטן זעט ער, אז ס'זאל זיין ומילא את הארץ אז די טייל וועלט, וואס זי ווערט אנגערופן בשם ארץ לגבי שמים, בדוגמא ווי גשמיות לגבי רוחניות, וואס דאס איז דאך דער חילוק עיקרי צו וויסן שמים וארץ, ווי פארשטאנדיק בפשטות אפילו פאר א קינד, עאכו כמה וכמה פאר אן ערוואקסענעם, זאגט מען אים, אז אות לכל חפץ. און בשעת ס'קומט די צייט פון לבנות, דארף מען דאך בויען אין אן ארט וואס ביז דעמאלט איז דארט דער בנין ניט געווען, על דרך זה וואס בכל ענינים טובים, אריינברענגען אידישקייט און אריינברענגען תורה, און אריינברענגען צדקה, און אריינברענגען אלע גוטע זאכן אין אן ארט, וואס ביז דעמאלט איז דאס געווען אן ארט פון א מבל, און אן ארט וואס איז געווען ניט לשבת יצרה און ניט אין אן אופן פון לא ישבותו א סדר מסודר, נאר א סדר פון מים רבים וואס זיי ווילן, רחמנא ליצלן, פארפלייצן די וועלט פון א אידן, מיט דאגות פארשידענע וואס דאס איז דאך דער ענין פון מים רבים, דאגות וואס איז פארבונדן טאקע כשר'ע דאגות, וואס ער דארף פארזאגן פרנסתו ופרנסת בני-ביתו, און פרנסתו, עיקר פרנסתו, איז גאר דער חלק אויף צדקה וואס ער גיט, אזוי ווי ער האט געמאכט החלטות טובות, ובמיוחד אין חודש תשרי, ער זאל געבן צדקה במשך השנה שלא על דרך הרגיל, און ווי נשיא דורנו האט מסביר געווען, אז ווען א איד איז מחליט, און דער אויבערשטער זעט אז דאס איז א החלטה אמיתית ער זאל געבן צדקה שלא יפי יכלתו שטעלט ער אים צו נייע דרכים מיט נייע צנאירות און נייע עניני פרנסה ער זאל קענען ממלא זיין אלע זיינע הבטחות אין צדקה, וכמדובר כמה פעמים בכלל ובפרט, ביי אזעלכע געלעגנהייטן.
- proofread
- 0