transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1המצליח זיין און בענטשן יעדערן פון די עלטערן זאל האבן א סך נחת פון דעם בר-מצוה, און פון אלע זייערע קינדער, און מיט דער צייט אויך פון אייניקלאך און נור אייניקלאך, און אויפנעמען דעם נחת זיין אידישער נחת און חסיד'ישער נחת,
¶2לאורך ימים ושנים טובות, אין גוטן געזונט און אין גוטן פרנסה, און מתוך הצלחה און עלי אין אלע ענינים פון גוט, אין אלע ענינים פון יהדות, פון אידישקייט, פון לערנען תורה און מקיים זיין מצוות.
¶3און מה טוב מ'זאל זיך פירן ווי דער מנהג אין די שפעטערע איצטיקע יארן, שפעטערע פריערדיקע יארן, אז דער בר-מצוה אין דעם טאג פון זיין בר-מצוה, אויב דאס איז ניט שבת, זאל ער געבן א צדקה פון זיין אייגענע געלט אין די פיר פארנדאווענען און פאר מנחה.
¶4אויב דאס איז שבת, טאן אזוי ערב שבת און דעם סונטיק שלאחרי זה.
¶5און מה טוב אז אויך די עלטערן זאלן דאס טאן לזכותו, און דאס זאל מען אים נאכמער צוגעבן אין איינעם מקבל זיין אויף זיך עול תורה ועול מצוות מתוך שמחה וטוב לבב, און מוסיף זיין אין דעם נחת וואס מ'וועט האבן פון אים די עלטערן און די גאנצע משפחה און די מורים און מדריכים און דעם לאנדינג און די ראש-ישיבה זיינע.
¶6און אויך ביום הבר מצוה, אז זאל ער אפלערנען דעם קאפיטל, דעם מזמור יו ד אין ספר התהילים, לויט דעם מנהג וואס נשיא דור עדן האט מגלה געווען,
¶7אז מ'דארף זאגן דעם קאפיטל, דעם מזמור אין תהלים, המתאים למספר שנותיו, און אז מ'וועט בר-מצוה זאגן דעם קאפיטל, און אנהויבן דאס צו זאגן אין דעם טאג פון בר-מצוה, און די אלע זאכן צוזאמען,
¶8מוסיף זיין ”אין שלימות העם”, אז ס'קומען צו נאך אידן וואס זיי זיינען בר-מצוה אדער בת-מצוה, און מקבל אויף זיך עול תורה ועול מצוה ווערט דאך דער אים בשלימותו.
¶9יעדערער פון זיי, בתוך כלל עם ישראל, איז לעבן תורה און מקיים מצוות בשלימות ווערט דורך דערויף שלימות התורה.
¶10וואס דאס ברענגט אויך צו שלימות הארץ ארץ ישראל הרוחניות, אין ענין יוצא מידי פשוטו אין שלימות פון ארץ ישראל, בגשמיות כפשוטה, ”ארץ אשר” ”תמיד עיני ה' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה”.
¶11און דאס אלץ איז נאכמער ממהר און מקדים, ווי דער שיעור פון היינטיקן טאג אין חומש, אז ס'איז געבארן געווארן פרץ, וואס פון אים איז דאך דער ”יעלה הפורץ לפנינו” משיח צדקנו.
¶12און יעדערער פון אונז, בתוך 'כלל ישראל', זאל בקרוב ממש זוכה זיין צו זען די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס זי איז דאך פארבונדן מיט הפצת המעיינות חוצה, וואס האט זיך אנגעהויבן מיטן גאנצן שטורעם, מיט דער גאולה פון יו טס כסלו.
¶13וואס דאס אלץ איז דאך אויך א הכנה צו גאולה פון ימי חנוכה, וואס בא זיי איז דאך אויך דער ענין פון שמן רזין דרזין דאורייתא און מקיים זיין כל המצוות כולם, אנהויבנדיק פון די מצוות כלליות האמורות והמפרסמות, ומתוך שמחה וטוב לבב.
¶14בפרט נאך אז ס'קומען צו נאך ברעי דעת, ברעי מצוה, וואס זיי זיינען זיך מצטרך צו 'כלל ישראל', און ברענגען אראפ, און אין אן אופן פון אחישנה ”ביותר וביותר, גאולה” האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו,
¶15און אלס א זכות אויף מצטרף זיין זיך אין דער מצוה, וועל דאך אויך געבן פון דעם לכל אחד ואחת דארצו א דאלאר, אפגעבן דאס אויף צדקה, בהוספה מדילי ומה טוב אין דעם טאג פון דער בר מצוה,
¶16אדער על כל פנים אויף אן ענין של צדקה, ומה טוב וואס זי איז פארבונדן מיט חינוך בני ובנות ישראל, אדער מ'איז א נוסד אזא מין וואס חנוך איז דאך אויך מלשון חינוך,
¶17ווי ס'איז דעמאלט געווען חנוכת המזבח און חנוכת בית המקדש, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט דעם חינוך עצמו און חינוך זולתו, אז ס'זאל זיין ”ושכנתי בתוכם בתוך” כל אחד ואחת, און די אלע ענינים מתוך שמחה וטוב לבב,
¶18ובאופן דמוסיף והולך ואור ווי די נרות חנוכה וואס מ'איז מוסיף מידי יום ביום אין ”נר מצוה ותורה אור” כפשוטו, און אויך בכל הפירושים שבזה, און דער אויבערשטער איז מוסיף בליחותיו בכל המצטרך לכל אחד ואחת בתוך 'כלל ישראל'.
¶19ער האט ניט פארגעסן די אלע בר-מצוות געבן אויף צדקה אינדערפרי, פאר'ן דאווענען און פאר מינהרן דעם טאג פון בר-מצוות.