Paragraph
Paragraph rh-ab8dsjt8
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-4845d4zy
- order
- Gg
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- איז דערפאר געווארן דוקא, אז ער האט ממשיך געווען דוקא נשמה בגוף, און דוקא מאריך ימים ושנים געווען כפשוטם, וכמדובר בכמה מקומות בארוכה, אז דאס איז געווען אן ענין של עונש, און ווער זאגט דאס אז דאס איז אן עונש? זאגט דאס אט דער וואס ער איז דער פוסק על כל הדורות כולם דער בעל המחבר פון דעם שולחן ערוך, וכמדובר כמה פעמים בענין זה בארוכה. אז במחזיל עניננו בנוגע צו נפתיים נסמים היום כולכם וואס דאס געהערט דאך צו ראש השנה, ובמילא אויך צו די הכנות צו ראש השנה, על דרך ווי יעדער ענין דארף מען דאך אים צוגרייטן, א איד, בנוגע ווי איידער ער טוט דאס, כידוע דער פסגיל פון נשיא דורנו, אז אן ענין פון א אידן איז וואס פאר א זאך ער זאל ניט טאן, סיי במחשבים סיי בדיבור, עאכו כמה וכמה במעשה, איז דערשט דארף ער זיך אליין בורחן זיין, ווי אזוי איז דאס אויסגעהאלטן, און צי איז דאס אויסגעהאלטן ע כפי שולחן ערוך בשלימות ביז אין תכלית השלימות, וכמדובר כמה פעמים.
- proofread
- 0