עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-a7wtwz9x

kind
paragraph
order
MX
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אז בא זיין עלטערע שוועסטער. און ווי דערמאנט מערערע מאל, אז דער ענין פון חינוך איז דאך דאס א יסוד, א גרונט, א נחה און א גרונט אומפירונג אין אידישן לעבן במיוחד, אז בשעת מ'קוקט זיך צו ווי א איד דארף זיך צוקוקן צו א זאך וואס געפינט זיך אין דער אויבערשטענ'ס וועלט, דערזעט ער גלייך, אז דאס איז ברא הקב". הקב,"ה, און דערזעט אויך, אז ברא הקב,"ה איז דאס געווען לכבודו, און פון וועמען באקומט דער אויבערשטער דעם כבוד באקומט ער דאס פון דעם וועלכע ס'מאכט די ברכה, צי דאס איז א מאנסביל אדער א פרוי אדער אן ערוואקסענער אדער א קליין קינד, און דוקא זיי האבן בכח אויף צו אפגעבן אורא אויף צו טאן אזא מין זאך וואס דורך דערויף זאגט דער אויבערשטער אז אין דערויף באשטייט זיין כבוד, און אין דערויף באשטייט זיין פורגעניגן. מ'איז דאך אויך רגיל איינגעוואוינט, אז יעדער ענין פארבינדט מען דאס אויך מיט דער פרשה פון דער וואך וואס מ'האט געלייענט דעם שבת פאר דעם, אדער מ'גייט דאס לייענען דעם שבת וואס נאך דעם טאג אין וועלכן מ'איז
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions