Paragraph
Paragraph rh-a7war95w
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jekzd6kq
- order
- Cu
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- יום הכיפורים אחת בשנה. וואס אף על פי וואס אחת בשנה איז פארבונדן אויך צו תופס אויך דער לילה שלו, משא'כן די אנדערע צומות, על דרך זה איז דאך אויך אחת בשנה איז דאך דא ניט סתם דער ענין פון אכילה און שתי', נאר אויך פון חמשה ענינים, משא'כן די אנדערע תעניות, איז דאס בדוגמא ווי יעדער מצוה דרבנן וואס זי איז א השתלשלות פון א מצוה מן התורה, איז על הרוב האט זי ניט אין זיך אויף אזויפיל דיוק אין פרטים ופרטי פרטים, ס'איז דא כמה וכמה פרטים וואס זיי זיינען דא אין דער מצוה ווי די מצוה מן התורה, און די מצוה דרבנן וואס זי איז דערפון השתלשל, איז ניטא די אלע דיוקים, און ס'איז דאך פארשטאנדיק דער טעם אויך, דאס איז דאך די רבנן, במילא האט מען דאך אויך גערעכנט מיט דער טירחא פון אידן און דעם ענין פון אידן וכו כמבואר בארוכה אין די ספרים וואו ס'רעדן וועגן די חלוקות. וואס אט אזוי איז אויך דער ענין פון נשאים גדליה אין די ג'אלע טענות שמיט דער רבנן, זיינען דאך אויך די שייכות שבהם
- proofread
- 0