transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1וואס בהמשך להאמור לעיל אויך אין דעם שיעור פון רמב,"ם, ובהקדמה וואס חידות ברענגט אראפ וואס דאס איז גאר זעלטן פון הגהות מיימונים בנוגע צו ראש-השנה, אז דעמאלט איז דער דין ומשפט בעיקר על כל פנים בנוגע צו ענינים גשמיים, און מבאר דערנאך דער ביאור בזה, ווי אנגעדרוקט שוין אין לקוטי תורה, און ביאורים בזה אין די מאמרים שלאחרי זה, אין די דורות שלאחרי זה. וואס דאס איז אויך פארבונדן מיטן שיעור אין רמב״ם כפי שיתבאר לקמן, און דאס איז מדגיש אויף וויפל ס'איז טייער און וויכטיק א דנין גשמי פון א אידן, ביז אין אן ענין ווי דאס שטייט בממונו,
¶2שוין ווי דערמאנט אין די התוועדויות הקודמת, אז בכל מאודך וואס מ'זאגט פעמיים בכל יום אין עבודת ה וואס דאס איז ענין קריאת-שמע, יקבל עליו עול מלכי שמים און עול מצוות, זאגט מען בכל מאודך, ופירושה פון תורה טייטשט דאס אפ אין ביידע אופנים, בכל מאודך בפשטות, דער ענין הממון, ובכל מאדך בכל מדה ומדה דער ענין פון מסירת-נפש. וואס דאס איז דאך פארבונדן אויך מיט דרך אפשר על כל פנים ווי ער זאגט אין תניא, אז פרוטה אחת וואס ער גיט אויף צדקה, איז אן ענין וואס כהי'יכול לקנות בזה חיי נפשי, און ער גיט דאס אפ אין דעם אויבערשטן המצוה אין מצות הצדקה, וואס דערפאר איז צדקה כוללת ושקולה כנגד כל המצוות כולם, ווי ער איז מבאר דארט בארוכה. און אין פרק ל'זיין, ווי חסידים פלעגן דאס אפטייטשן, אז דאס איז בגימטריא הבל, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט בריאת העולם, וואס דער עולם איז דאך נברא געווארן על ידי הבל, ביז אין דעם ענין און אופן פון שבעה הבלים, ווי ער זאגט אין מדרש. און דערפאר איז דאך אויך דאס דער קשר און דער ביאור וואס דער עולם מתקיים בשביל, וויבאלד אז ער איז פארבונדן און געווארן דורך הבל דארף דאס זיין מדה כנגד מדה פארבונדן מיט א הבל פון תורה, וואס דאס איז הבל תינוקות של בית רבן, וואס דארט איז תורה וטהרתה גארניט אריינגעמישט קיין אנדערע ענינים, ווארום דאס איז א הבל שאין בו חטא, כמבואר בארוכה בכמה שיחות.
¶3ערסטן אופן, ביז וואנענט אז בדד יושב ומחוץ למחנה מושבו וכו'וכו וואס מפריש זיין פון כלל ישראל געפינט מען מערניט ווי בא דעם היפך הטהרה, וואס דערפאר איז דא כמה וכמה זהירות והוספות וכו,' דערנאך קומט צוגיין א דין נפלא וואס ווערט אראפגעבראכט אין רמב״ם, אין דעם שיעור פון ערב ראש השנה בקביעות שנה זו. און דאס איז דער דין, אז בשעת ס'רעדט זיך וועגן א אידן וואס ער איז נחשד, אז ס'קען זיין אז צו אים קומט אן עונש, ניט פאר קיינעם אידן געדאכט פון דעם היפך הטהרה, במילא מוז מען ארויסרופן דעם כהן און דער כהן, זאל ער ארומקוקן און זעען און זאגן, און דערנאך וועט ער זאגן ווי דער דין איז, און אויב דער על-פי דין איז דאס טהור איז דאס טהור. אבער דאס קען טאן דער כהן, וואס מ'דארף אים אהינצו רופן, און ער דארף דוקא קומען אהינצו דאס קען מען ניט יוצא-זיין דערמיט וואס דאס איז ביי אן אנדערן, ס'דארף זיין אשר כרהו ס'דארף זיין למראה איני הכהן, און אט דעמאלט ווערט דער ביר וכו.' דערנאך זאגט מען, אז אפילו ווען דאס רעדט זיך וועגן די גשמיות פון אזא אידן, און וועגן וואס פאר א גשמיות רעדט זיך דאס? איז ווי רש'ברענגט אראפ בפירושו על התורה פשוטו של מקרא רעדט זיך דאס ניט וועגן כלי כסף און כלי זהב, וואס דער דין איז זאגט תורה, אז איידער דער כהן קומט ופינה את הבית דארף מען ארויסנעמען אלע כלים
¶4פון דארטן? זאגט רש'י אז דאס מיינט מען ניט טייערע כלי, ניט כלי כסף, ניט כלי זהב, אפילו ניט כלי מתכת, כלי שטף, ווי לשא י'קומט דערויף ווארום ניט צוליב דערויף האלט מען אפ דעם כהן, ווארום אפילו אז חס ושלום אים קומט דער עונש, איז דערנאך נעמט ער די כלה און איז תבל במקוה ווערט די כלי ערטה, ער האט זיך גארנישט ניט אנגעווארן, מערניט ווי א דבר של רגע כמישא, נאר דאס רעדט זיך וועגן כלי חרס. און אין וואס רעדט זיך דאס וועגן כלי חרס? אז בשעת ער איז אין זיין מעמד ומצב קען ער דאס נוצן, אבער בשעת ער וועט ווערן טהור וועט ער דאס ניט קענען נוצן, דערפאר וואס כלי חרס אין להם טהרה במקוה, איז דאס וואס אים וועט פעלן דער שימוש מיט כלי חרס בימי טהרתו איז צוליב דערויף איז מען מוותר און מ'גייען אריין אידן אין דעם בית, און גייען ארויס אידן פון דעם בית, אן קיינע הגבלות ומדידות און אפרעגעניש וכו און מ'היילט זיך ניט דערמיט, און מ'זאגט דעם כהן ער זאל זיצן ביי זיך אין דער היים איצטער קען ער אהינצו ניט קומען פארוואס? דערפאר וואס דאס קען אנרירן א כלי חרץ פון א אידן וואס ער איז נכשר, עד כדי כך, אז מ'איז מטריח א כהן ער זאל איינטשטעלן זיך מיט כל עניניו, וואס א כהן איז דאך ענינו לשרת לפני הוי און אוועקגיין אין דער הויז צו זען ווי האט זיך דער איד אויפגעפירט, און במילא ווי שפיגלט זיך דאס אפ אין קירות הבית וכו,' אבן מקיר תזר.
¶5מ'איז נאך מוסיף בזה דער רמב אים ברענגט ניט אראפ דעם לשון כלי חרש, נאר ער ברענגט אראפ דעם לשון דברי רשות, און זאגט אויף דערויף, אז מה-דאך, אז צוליב דברי רשות האלט מען אפ דעם כהן אן א באשטימטער צייט, כדי דאס זאל ניט אנרירן דברי רשות פון א אידן, על אחת כמה וכמה אז ס'איז דא א שמחה ביי אידן, ווי דער רמב'ם ברענגט דארט די דגמות. וואס דא האט מען די הוראה נפלאה וועגן די טייערקייט פון גשמיות פון א אידן, ולאו דוקא גשמיות פון גופו, אדער גשמיות הטייערע גשמיות, אז דאס איז כסף וזהב וכיוצא בזה, אדער אבנים טובות ומאגלות וואס זיי זיינען בכלל ניט מקבל-טומה, צי זי האט בכלל די גאנצע רינון קיין שייכות ניט.
¶6נאר וואס דען? דאס רעדט זיך וועגן כלי חרס, און דאס רעדט זיך וועגן כלי חרס ווי זיי זיינען אין דברי רשות. און אט דא פסק'נט אפ דער רמב אם דער מורה נבוכים בדורו, ובכל הדורות שלאחרי זה, איז דאך דאס געווארן מורה נבוכים א חלק פון תורה, ווי מ'זעט דאך ווי דער אלטער רבי אין תחילת הספר פון לקוטי תורה ברענגט דארט אראפ פון רמב אמורי נבוכים, ועל דרך זה כמה ביאורים פון צמח-צדק, פון דעם בעל יום ההולדת, במיוחד אויף ענינים פון מורה נבוכים, אנווייזנדיק דעם ארט און וואו ס'רעדט זיך וכו'וכו,' און מבאר די דיוקי הלשונות דארטן, ווי דאס איז פארבונדן און ווי אזוי דאס ווערט איין זאך מיט ענינים ווי זיי שטייען אין פנימיות התורה, אין סודות התורה, ביז דאס ווערט איין זאך, כמוזכר לעיל.
¶7און אט דא האט מען אט די הוראה, אז מ'זאל וויסן זיין, אז א פרוטה פון א צווייטן אידן, אפילו ווען דאס איז דברי רשות וכיוצא בזה, איז עד כדי כך וויכטיק, אז תורת אמת און תורת חיים הוראה בחיים פסק'נט אפ, אז מ'זאל גיין אין דער הויז, און מ'זאל טאן אין דער הויז אלץ וואס מביאיל וכו,' ווארום מ'דארף אפהאלטן ביז וואנענט ס'וועט זיין ופינא את הבית ס'קען ניט אנרירן אפילו א שימוש ביי נוצן פון כלי חרס בימי טהרתו פון א אידן.
¶8וואס דאס איז דער קשר מיט דין אויף גשמיות העולם, ביז גשמיות פון א אידן, וואס דאס איז דאך דער עיקר הגשמיות, בשביל ישראל איז געווארן דער בריאת הארץ וכל צבאה, וואס דערפון איז פארשטאנדיק, אויף וויפל מ'קען אויפטאן בשעת מ'גיט פון אט דער גשמיות אויף ענינים של קדושה בכלל און ענינים של צדקה במיוחד. וואס דאס איז דאך אויך דער קשר האמור, אז בשעת מ'מאכט א סך הקל פון השנה שעברה, און מ'מאכט דאס אין א יום הולדת פון א הנשיא הוא הכהן, און פון אזא וואס שמו כפול ותורתו כפולה, וואס די אלע ענינים באווייזן דאך אויף ענין הגאולה, וואס דערפאר איז דאך אויך בהשגחה פרטית, אף על פי וואס ספרו האט זיך שוין אפגעדרוקט ווען ער איז געווען באחרי חיים חיותו בעלמא דין, איז דאך אבער בהשגחה פרטית און אנגענומען געווארן דער נאמען אויך דורך רבותינו נשיאינו איז דאך דאס דער נאמען פון צמח צדק, וואס דאס איז שמו של משיח צדקנו. און דאס קומט דערנאך אראפ אין פסקי דינים בשעלות תשובה שלו, וואס הלכה איז דאך כתרו של תורה, וואס זי איז דאך בדוגמא פון כתרו של מלך, וואס ווער איז די וואס מאכן-אויף תורה? איז דאך בשביל ישראל, וואס דערפאר איז קדמו לתורה און מ'פרעגט מי קדם למי? זאגט מען, אז תורה אליין זאגט און פסק'נט אפ, אז ווי אזוי איז געווארן דיבור התורה וכיוצא בזה? דערפאר וואס ס'דארף זיין דבר אל בני ישראל און אמור אל בני ישראל, ווי ער זאגט אין תמיד דבי אליהו די תלמידים
¶9פון אליהו זכור לטוב, וואס ער איז דער מבסר טוב פון ביאת טוב, וואס דאס איז גואל ראשון און גואל אחרון, כמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך מדגיש, אז בשעת מ'וועט זיין די גאולה, האט מען די גאולה צוזאמען מיט כסף וזהב, וכספם וזהבם אתם, ביז אפילו כלי חרש שלהם, ווארום וויבאלד אז דאס איז ממונם של ישראל זאגט תורה אז ס'איז א הלכה, אז חסה תורה על ממונם של ישראל, און דער דין איז אזוי אפילו ווען ס'רעדט זיך וועגן כלי חרס, און די הדגשה וועט בגלוי, ווי ס'שטייט איז דאס אין שיעור פון דעם רמב״ם פון היינטיקן טאג. און ויהי רצון, און דאס איז אויך דער קשר, ס'שטייט דאך אין גלות, נוגע צו משיח'ן, אז אויף אים שטייט דער תואר פון אט דעם ענין, נאר וואס דען? דאס איז מפי שונה וכו וואס אין כאן המקום להאריך בזה, און ברגע כמימרא איז פארבינדט ער זיך און בינדט אפ וכו כדי מ'זאל ניט פארהאלטן די גאולה, אפילו אויף א רגע קטן, איז אויך לעיכבה מהקב,"ה, ימי צאתך מארץ מצרים אפילו כהרף עיין וואס דאס איז נאך ווייניקער פון א רגע כמימרא, כמדובר כמה פעמים. און אט דאס ווערט דאס במהרה בימינו ממש ממש, ביז נאך שנעלער ווי אין רגע כמימרא, אז ס'ווערט די גאולה און דער ביטול פון אט דעם גאנצן ענין וועגן וועלכן ס'רעדט זיך און ס'ווערט פארקערט, אז דער וואס וויל רחמנא ליצלן מוציא שם רעה זיין אויף א אידן, וואס דאס איז דאך אט דער וואס והיא בהיום, וואס אט דעמאלט איז ויבואו איז געווען מאמינים ומסמילים זאגט מען אים, אז דאס איז אינגאנצן בטל ומבוטל, און נאך ביום זה, וואס דאס איז ערב ראש השנה, איז שוין יעדער איד און אלע אידן זוכים בדין, ולובשים לבנים ומסעטפים לבנים
¶10שוין בערב ראש-השנה, האט ער ניט וואס צו טאן, ווארום מ'איז אינגאנצן בטל ומבוטל בשעת ס'קומט דער ראש-השנה לאחרי זה, ובמיוחד אז ס'איז נאך צוגעקומען נשנת הולדת פון דעם צמח צדק דער גילוי פון דער נשמה, וואס פון דעמאלט אן איז מזלב גובר בכל ערב ראש-השנה, נוסף אויף דאס וואס ער פועל'ט ישועות בקרב הארץ במשך כל השנה כולה, און ס'ברענגט אראפ שוין די ודעות, ביז וואנענט אז דאס איז משנה לבוש און ס'איז לבנים ומתעטפים לבנים שוין בערב ראש השנה, וואס דאס שטייען זיך שוין אין מיטן פון ערב ראש השנה, לאחרי תפילת ערבית ולאחרי כמה ברכות, עיקר מתוך פון א חסידישן התוועדות, וואס דעמאלט איז דאך פתקן משמיא נחתא וועגן דעם גודל נחת רוחה און דעם תענוג וואס מ'איז גורם, ביז אין עצמות ומהות, וואס דאס איז דאך נאך די אמת'ע הכנה צו דעם תענוג וואס מ'איז ממשיך על ידי ומגלה על ידי השופר בראש השנה, ובפרט נאך כנהוג אין די התוועדות'ן, אז מ'איז מסיים מיטן ענין הצדקה, וואס כאמור לעיל, איז אפילו אז מ'גיט איין פרוטה אויף צדקה, איז כדי צו באווארענען א פרוטה פון א אידן, איז ניט נאר חסר תורה, נאר דער רחמנות פון תורה קומט אראפ אין אן אופן גלוי, אז מ'הייסט דעם כהן ער זאל זיצן זיך אין דער היים, ביז וואנענט אט דער איד וואס קומט דער ליינקער וויל אויף אים אנווארפן א חשב, זאגט מען אים, אז וויבאלד אז ער טענה'ט וכו'וכו און ס'איז נאך פאר ערב ראש השנה איז די עצה בזה צום מעלין ערשטן ופינת הבית, און דאס פועל'ט אויף בשעת דער בעל הבית זה, אז וויפל מ'האט רחמנות אויף
¶11איז יש לומר, אז דאס פועל'ט ביי אים גלייך, כמים הפנים לפנים אז ער פראוועט מיט זיין בית, און מיט זיין עיר קטנה זה הגוף, ופינה את הבית פון יעדער ענין בלתי-רצוי, ווערט דאס א דירה נהר צו עצמות ומהות, וואס דאס איז מרחיב דעתו של הקב'ה כביכול, וואס דאס היילט נאכמערער צו דעם ענין פון העיקרי וואס דאס איז דער ערב פון כל הענינים כולם בשלימותם דער פשטות דער ס'דארף פריער זיין די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, און דערנאך האט מען אלע ענינים בגלוי, כפשטות הכתובים. וואס דערפאר איז כאמור, איז לאחרי הקדמת הניגונים, אנהויבנדיק פון דעם ניגון פון דעם בעל יום ההולדת, און דערנאך קראגל דעם ניגון פון דעם וואס האט געזאגט דער מאמר חסידות בשעת ער איז נולד געווארן פון דעם אלטן רבי'ן, בהמשך לאחרי זה פון בני ממלא מקומו פון אדמו ר האמצעים, ווי חסידים האבן אים אנגערופן, און דערנאך כל הנשיאים שלאחרי זה, וואס באמת האט זיך דאך יעדער איד, בדוגמא ווי מ'זאגט אז נשיא דרשי תיבות ניצוצו של יעקב אבינו אזוי איז דאך יעדער איד האט דאך אין זיך יעקב אבינו, ווי ער זאגט אין אגרת הקודש, און האט אין זיך דעם גואל ראשון זה משה, ווי דער אלטער רבי איז מאריך אין תניא, ובארוכה ביז א ביאור ווי אזוי דאס פועל'ט אין מעשה בפועל, ווי דער המשך הכתובים, לאחרי מה הוי'אלקיך שואל מעתך, אז דאס איז א מילתא זוטריתא דערפאר וואס יעדער איד
¶12האט אין זיך משה רבינו, און אין וואס באשטייט דאס? ווי ער רעכנט אויס, אז דאס איז ווי דער התחלת שער פון דעם תניא, בפיך ובלבבך לעשותו איז דאס אין אן אופן פון קרוב אליך און אויך אין אן אופן פון מאוד. וואס מאוד כאמור האט דאך דאך אויך דעם אפטייטש בנוגע צו ממון, וואס עיקר ענין הממון וואס דארף מען דאס האבן? איז דאס על דרך ווי ער זאגט אין מדרש, אז לא נבראת זהב אלא בשביל בית המגלה על דרך זה דער ממון וואס היקום אשר ברגליו זה ממונו של אדם, איז דאך דאס וועלכער ממון מעמידי אל רגליו? איז דאס דער ממון פון מצוות בכלל און מצות הצדקה במיוחד, און מ'זאגט אין סליחות לפני זה, און די סליחות בהשמורות פון יום זה פון ערב ראש השנה, די התחלה פון לך הוי'הצדקה אז דער אויבערשטער באווייזט די צדקה עיקרית בגלוי, גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, נאך בערב ראש השנה, און די ניגונים וואס מ'וועט איצטער זינגען, און אויך די נתינת הצדקה, וואס מ'וועט נעמען איצטער די שליחות אויף מנעת אויף צו געבן די צדקה אין דעם זמן המתאים, און אין אן אופן פון בשמחה ובטוב לבב בסבר פנים יפות, צוהייל, דעם קיום היעוד, וכל היעודים, ביז דעם יעוד העיקרי פון והיתה להוי'המלוכה בפשטות למטה מעשרה טפחים, ומתוך שמחה וטוב לבב, ומלכותו ברצון קבלו עליהם, און דערנאך טאנצן פון דעם ורגילה בירדה ביז אין בקסל ליום חגנו, אין זמן שמחתינו פון סוכות,
¶13איז אין דער שמחת בסיומה, וואס דאס איז בשמיני עצרת ובשמחת תורה, שמחת עולם על ראשם. לחיים.