transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1וואס כאן המקום אויך מוסיף-זיין נאך אויף אן ענין וואס איז נתחדש געווארן דוקא מצד ירידת הדורות, אכשור דרא בתמיא, וואס אין דורות שלפני זה, איז בשעת מ'האט געוואלט אפדרוקן חידושי תורה, אפילו אז ס'איז ניט נוגע למעשה בפועל, האט מען געזאגט אז דאס איז פארבונדן מיט כמה וכמה תנאים, אף על פי וואס פלפולי דאורייתא איז א דבר הכי גדול, אבער בנוגע צו דרוקן דאס און מפיץ זיין, איז לא כל הרוצה לטיל את היטיל, ס'דארף זיין מערניט ווי די וואס האבן אויף דערויף א הוראה ברורה, אז זיי זאלן זיך דערמיט אויך פארנעמען, בשעת ס'איז געווארן די ירידת הדורות, און לימוד התורה על פי כללי, התורה ובדרכי התורה, און אין אמת'ע אופנים דארף מען האבן א זירוז מיוחד און א ידוד מיוחד וכו איז דערפאר איז כדאי אויף מעודד-זיין און מזרז-זיין אט די אלע וואס קען זיין אז ס'זיינען שייך צו חידושי תורה, איז אפילו אז מצד הספק זאלן זיי זיך ניט מתענין זיין בא גנוגענין, זיך דערמיט וואס מ'וועט דאס טאן פאר-זיך, אדער מערניט ווי די יתיקע חברים ארום זיך, און זאגן, אז דאס איז מחזקי יוהרה אויב ער וועט דאס מפרסם-זיין צווישן נאך תלמידים און חברים, על אחת כמה וכמה אפדרוקן דאס אין א קובץ, האט מען געזען אין דערויף די בחינה, אז די וואס האבן אנגעהויבן טאן אין דערויף און דרוקן עניניהם אין קובצי תורה, איז רובם און אפשר ככולם האט דאס אין זיי מוסיף געווען חיות אויף לערנען תורה נאכמערער, אף על פי וואס שלא לשמה האט מען דעם דין אין שולחן-ערוך, אז ס'דארף זיין דער לימוד בתורה שלא לשמה, ואדרבא, ווי דער רמב זאגט אין דעם שיעור פון היינטיקן טאג, אז דאס איז דער סדר העבודה,
¶2אז מ'הויבט אן פון שלא לשמה, און ערשט דערנאך קומט מען צו עבודה מאהבה אין תכלית השלימות, על ידי ריבוא העבודה שבינתיים, ווי ער איז מאריך, כאמור, אין דעם שיעור פון היינטיקן טאג, וואס דאס איז כולל אין זיך, און הויבט זיך אן מיט פרק עשירי פון הלכות תשובה, איז דאס זאל ניט זיין די סיבה וואס זיי וועלן דאס שרייבן אפילו שלא לשמה, און מ'גיט דאך דאס דרוק אין א קובץ וואס האט אויף זיך א מערכת, און וועט זיכער אויך בוחן זיין מעמידו על טעותו כדי שלא לבזה זאתי, מ'זאל אים ניט אפפרעגן און כאפן אין א גרויסן גרייז וכיוצא בזה, און אויב אפילו מ'קען דאס ניט אויספירן איז אויך כדאי ס'זאל געדרוקט ווערן עטלעכע זאכן וואס זיינען ניט מתאים לאמיתתו של תורה אבי דורך דעם זאל אויך געדרוקט ווערן ענינים לאמיתתה של תורה, ובפרט נאך אז מ'האט דאך די הבטחה, כאמור לעיל, אז תורת אמת איז מבטיח, אז ניט קוקנדיק אויף חושך הגלות, וואס דערפאר איז ער לומד שלא לשמה איז א זיכערע זאך שמתוך שלא לשמה בא לשמה, און דאס ווערט א הלכה אין תורת אמת, זי איז אויך תורת חיים. און ווי מ'האט דאס געזען בפשטות, כאמור, פון המעשה הוא העיקר וואו נאר מ'האט דאס איינגעפירט האט דאס מצליח געווען והולך ומתפשט, ועד כדי כך, אז ס'וועט דורכגיין נאך א ביסל, און מ'וועט זען אז אט די און די דרוקן ניט קיין תורה איז דאס גופא א הוכחה על פי תורה, אז א סימן, אז זיי האבן ניט וואס צו דרוקן און זיי האבן ניט וואס צו טאן אין דעם, וואס צו מחדש זיין אין דעם. במילא האט מען דאך א ברירה, ווי רש יי האט געטאן ולא ידעתי דאס אבער איז דאך שווער ביי זיך צו פועל'ן, כמדובר כמה פעמים ווי מ'זעט דאס ברוב העם כמדובר כמה פעמים, איז דערפאר איז מען געפאלן אויף דער המצאה, אז מ'זאל זען אז א צווייטער זאל אים אויך ניט לאזן
¶3דרוקן. און כדי זיי ארויסצוהעלפן האט עוסף דער צד שכנגד, דער סמך מ'ו כו אריינגעשיקט בצורת אדם אין די מקומות, אט די וואס טוען זיך אן אין א זיידענער זופצע וכיוצא בזה, און זיי לאזן ניט צו, נוסף אז זיי זאלן ניט דרוקן קיין תורה כפשוטה, און דארף ער זיך ניט משתדל זיין, מ'ליגט ניט אין דעם, מ'ליגט אין א ידים יודעותה, במילא קען מען דעמאלט ניט מצליח זיין אין הכל א-ליעקב, נאר אויך זיך משתדל זיין אויף ניט צולאזן א צווייטער זאל אפדרוקן תורה. וכמדובר כמה פעמים, בשעת מ'דרוקט תורה זאגט תורה, אז יעדערער א גדול שבישראל מאנט מען פון אים, אז ער זאל אנווייזן מהיכן דנתוני און מ'זאגט אים אם קבלה היא נקבל דארף ער שרייבן פון וועמען ער האט דאס מקבל געווען איש מפי איש, און דאס דארף גיין אזוי עד משה רבינו, ווי די גמרא זאגט, ואם לדין איז דעמאלט דארף זיין א דין ודברים, און ער דארף אנווייזן און ענטפערן און באווייזן די מקורות פארוואס ער האט געשריבן כך וכך,
¶4ניט קיין מקורות, און אויב מ'טוט ניט ביידע זאכן איז א סימן, אז דאס וואס מ'האט געשריבן האט ניט קיין מקור אין תורת משה, האט ניט קיין יסוד אין תורת משה, און בשעת מ'טוט דאס אן און מ'מאכט אויף דערויף די קעפל אז דאס איז אן ענין של תורה, איז אט דעמאלט טוט מען אויף א זייף וכו'וכו וואס אין להאריך בדבר המבהיל. און ס'איז דא איינער וואס זאגט א חידוש אין תורה, און מ'איז פון אים ניט צופרידן-איז ניט די עצה לזה צוזאמענקלייבן תלמידיו של עשיו אדער בניו של עשיו און הייסן אים, אז זיי זאלן גיין ניט צולאזן דרוקן דעם ספר אדער ניט צולאזן פארקויפן דעם ספר אדער וכיוצא בזה, איז סוף-כל-סוף ווערט נתגלה קליינם, אז דאס וואס ס'האט ניט געענטפערט איז דער פירוש הפשוט און דער טעם הפשוט, און תורה גיט א כלל, אז כל דפשוט מעליב טפי אויב מ'האט א הסברא בפשטות דארף מען ניט זוכן קיין פארקרימטע סברות, איז די סברא בפשטות איז, אז מ'האט ניט וואס צו ענטפערן, און אז האסט ניט וואס צו ענטפערן האט דיר קיינער קיין טענות ניט, ס'איז דא איינער וואס האט וואס צו ענטפערן אויף א שאלה, א צווייטער האט ניט וואס צו ענטפערן אויף דער שאלה, צו ענטפערן אויף א צווייטע שאלה, אבער לאז לך על הפחות א צווייטן אידן לערנען תורה, על אחת כמה וכמה ניט באנוצן זיך דערביי מיט ענינים פון ידים, ווען לידים וועט ניט יד המחלקת לצדקה, נאר ידים יודעותו. און אנווייזן, כמדובר כמה פעמים, מ'האט שוין געפרעגט, וואס דארף מען זיך קריגן און זאגן תוארים של כבוד, אדער תוארים וואס זיינען היפך הכבוד, די בעסטע זאך איז, ביסט ניט צופרידן פון דעם חידוש אין א פסק-דין, אדער פון דעם חידוש אין א הבנה פון א סוגיא וכיוצא בזה האסטו טינט און האסטו פאפיר, און אנשטאט דעם וואס דו זאלסט נוצן די טינט און די פאפיר און דער כח הכתיבה אויף ענינים היפך התורה שרייבן אן מהיכן דאנטוני פון וואנענט האסטו גענומען דעם חידוש,
¶5אן אנווייזן דעם עמוד מיטן סופר מיטן דף וכיוצא בזה, צי פון ראשונים צי פון אחרונים וכיוצא בזה. און הלואי זאל מען דאך דאס אפטאן בהקדם הכי אפשרי, וועט דאס פארשפארן כמה ענינים פון היפך פון אהבת ישראל, על אחת כמה וכמה שולל זיין ענינים וואס זיי זיינען היפך פון אהבת ישראל, ועוד וגמזי עיקר ס'וועט צוקומען חידושי תורה אמיתיים, וויבאלד אז יעדער מחדש וועט וויסן, אז איידער ער גייט דאס מפרסם-זיין, אדער בשיעור בעל-פה אדער בכתיבה אדער בהצפתה וכיוצא בזה, דארף ער אנווייזן די מקורות און די יסודות, און די מקורות און יסודות זיינען ניט, אז כך עלה בצוני נאר אזוי שטייט בספר פלוני ובגדול ישראל פלוני וכו.' און ס'איז א זיכערע זאך, אז כל דבר טוב ואמיתי קען מען געפינען אויף דערויף א יסוד ומקור אין גדולי התורה דורות שלפני זה, וויבאלד אז מיר זיינען כנענות על פני הענק און זיי זיינען די ענקים, ואדרבא, ווי דער רמב'ם פסק'נט אפ, אז דאס איז נאך מרבו בכבודו פון דעם נענות העומד על הענך, אז ער שטייט-אן צו זאגן און דערציילן אז ער איז עומד על הענך, און אין דעם ענין האט ער געטראפן, דערפאר האט ער געשריבן כך וכך, און אין דעם ענין איז געווען טעות היא בידי ווי מ'געפינט בא גדולי ישראל, ביז אין גמרא, אז גדולי ישראל האבן געזאגט אז טעות היא בידי אדער אפילו בנוגע צו מסדר המשנה, רבינו הקדוש, זאגט מען, אז דאס האט ער געזאגט בצירותו, און דאס האט ער דערנאך משנה געווען און געזאגט בזקנותו. וואס דערפאר, אפילו אט די וואס זיי שטייט ניטא ברענגען א ראי'אז דער רמב עם האט אזוי געשריבן איז דאס א גמרא מפורשת בהנוגע צו דעם קיבוץ כל התורה כולה, ווי דער רמב עם זאגט, אז דאס איז דער ענין המשנה, וואס רבינו הקדוש
¶6איז שוין געווען ענינים און דוקא אין הלכות נזיקני און בא בנציאה, וואס ס'איז כתב בצירותו, און דאס איז געווען דערנאך ווי ער האט דאס משנה-געווען און מתקן-געווען און האט דאס געשריבן דערנאך בזקנותו, און דאס איז געבליבן די מסקנא, ואין להאריך בדבר הכי פשוט. און יהי רצון, אז מתוך אהבת ישראל, על אחת כמה וכמה בין תלמידי-חכמים, אפילו תלמידי-חכמים שבבבל, על אחת כמה וכמה תלמידי-חכמים שבארץ-ישראל, ווי די גמרא זאגט די ביידע סוגים שבזה, און דוקא אין מסכתא שבת, וואס יעדער תלמיד-חכם ווערט אנגערוצט רופן בשם שבת על אחת כמה וכמה אז ס'רעדט זיך נאך וועגן בשם שבת וכו,' ווי תרבה התורה, און דער לשון הרמב ם תרבה הדעת בישראל, ביז אין אן אופן פון ומלאה הארץ דעה את הוי ביז אין אן אופן פון כמים לים מכסים ביז אין אן אופן ווי דער סיום פון תורת משה בן אמרם, וואס דער אויבערשטער האט דורך אים געגעבן אויך משנה תורה, און האט מסיים געווען אינו כל ישראל דעם אויבערשטן און משה רבינו שטייט-אן באווייזן אותיות ומותים, און דאס זאל זיין לעיני כל ישראל. על אחת כמה וכמה אז תלמידיו של משה, וכל אחד ואחת והטף פון בני ישראל, שטייט זיי אן, אז זיי זאלן דערציילן עניניהם לעיני כל ישראל, ביז אין אן אופן אז דאס וועט זיין נראה בעינים פון כל ישראל, פון ראשיכם שוטיכם ביז חוטב עציך ושואב מימיך. און תורה האט אין זיך אט דעם כח, אז מ'קען איר מסביר זיין פון האנשים והנשים והטף, ווי מ'זעט דאס בפשטות פון מצות הקהל, אז מ'האט אפילו דארט געדארפט דאס לייענען פאר אזעלכע וואס אין ידים און איינעם שומים,
¶7ס'איז א זיכערע זאך, אז וויבאלד אז דאס איז תורתו של משה רבינו, און נאך מערער שומע מפי הגבורה איז א זיכערע זאך, אז דאס וועט ברענגען סוף-סוף, אז זיי וועלן דאס לשמוע, ביז לעשות את כל דברי התורה הזאת, און אויפטאן דאס כל הימים. וואס דאס איז אויך דער הארה, ווי דערמאנט פריער, אז דוקא מפני אכשור דרא בתמיהו איז כדאי צו מעודד-זיין און עזר-זיין און מזרז-זיין אט די אלע וואס זיינען זיך עוסק בתורה און זיינען שייך צו שקלא-וטריא שבתורה, אז זיי זאלן דאס אויך מעלה-זיין על הכתב, וואס דאס גופא איז מעורר ומוסיף באחריות שלו ובהעמקה שלו, און דערנאך איז דאך דא דער עשו לך הרב וועט ער אים באווייזן צי דאס איז ראוי לפרסם, און דער רב וועט מסכים זיין וועט ער דאס אויך מפרסם זיין צווישן מערערע תלמידים און מערערע אידן, ביז אין אן אופן אויף להעלות אויך בדפוס,
¶8כולם, און פלפול חברים און פלפול תלמידים, איז דאך דאס פון די מדות שהתורה נקנית בהם וכו צוזאמען מיט די אנדערע ענינים. ביז וואנענט אויך דער סיום בזה, אז אומר דבר בשם אומרו כמוזכר לעיל די אלע ערכע וואו שטייט די ענינים, איז יהי רצון, אז דאס זאל ווערן די הנהגה של כל אחד ואחת אנשים ונשים וטף, ניט דערפאר וואס מ'הערט דאס פון א בשר-ודם, נאר דערפאר וואס אזוי שטייט א משנה מפורשת, ובלשון צחה וברורה, אין מסכתא אבות, וואס דאס איז מילתא דחסידותא און באווארנט אויך מילתא דנזיקין. און ס'וועט דעמאלט אויך מקויים ווערן, ובקרוב ממש, אויף מביא גאולה לעולם פריער די גאולה על דרך ווי ס'איז געווען בימי מרדכי, ואחתי עבדי דאחשורוש אנן, גאולת פורים, און דערנאך, ותיכף ומיד ממש, מסמך גאולה לגאולה, גאולה בדוגמא פון דער גאולת פסח, כימי צאתך מארץ מצרים נאר בהוספה בזה אראנו נפלאות אויך בערך פון נפלאות פון יציאת מצרים, און אין אן אופן, אז ס'וועט זיין די ומלאה נאך לפני זה, זמן הגלות, ומלאה הארץ דעה את הוי כמים לים מכסים ווארום כולם ידעו אותי וואס דאס איז דאך דער דעה את הוי'האמיתית למקטנם ועד גדולם. לחיים.