עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-a6dnvbes

kind
paragraph
order
Rt
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און דאס איז אלץ פארבונדן אויך מיט ספירת העומר, אף על פי וואס בכללות איז די מצוה פון ספירת העומר זיי זיינען גאר פרויען ניט אזוי מחוייב, האבן זיי אבער אויך דעם ענין אז זיי ווייסן פון דער מצוה, און זיי זיינען מחנך און העלפן ארויס דעם פאטער אדער דעם עלטערן ברודער, אז ער זאל חס ושלום ניט פארפעלן איין ספירה, און מ'איז אים מסביר, וואס כח ההסברה איז דאס בעיקר מצד דערויף וואס דערצו דארף מען האבן א חושן חינוך, און מ'דארף האבן דערצו א ווייכן צוגיין, במילא ווערט דאס בעסער נתקבל און טיפער נתקבל בא דעם מחונך אדער בני מחונכת, במילא פארלאזט מען דאך דאס דער עיקר, ובפרט ביז דער קינג גייט שוין אריין, ער ווערט שוין אלט פינף יאר, זעקס יאר, אדער נאך עלטער געהערט דאס רובו ככולו צו דער מוטער און אויך צו דער עלטערער שוועסטער, און זיי גרייטן די אלע ענינים צו אויף א בעסטן אופן, אין א גוטן אופן, און מיט א וויכן צוגאנג, און מיט א לעבעדיקן צוגאנג, און צוזאמען דערמיט מיט א הארצישן צוגאנג,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions