English
ספרייה
kind
paragraph
order
D
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און דער אויבערשטער זאל מצליח זיין יעדערן פון אייך, צוזאמען מיט די ברידער און די שוועסטער, על אחת כמה וכמה די עלטערן, די מוטערס און די פאטערס, לכל הקרובים, צו גיין מחיל אל חיל אין לימוד התורה און אין קיום המצוות, ובפרט נאך אז איצטער האט ער דאך דעם נתינת-כח במיוחד וואס מ'באקומט ווערנדיק א בר-מצוה אדער א בת-מצוה, ובפרט נאך אז זיכער האט ער דאך אויך מקיים-דעווערן דעם מנהג ההולך ומתפשט, אדער וועט דאס מקיים-זיין, צו געבן א צדקה אין צוזאמענהאנג מיט ווערן א בר-מצוה אדער א בת-מצוה, און טאן דאס, די אלע ענינים, ובכלל ולימוד התורה וקיום המצוות, מיט באנייטן כח און מיט באנייטע לעבעדיקייט און מיט באנייטע שמחה, אבער דאס איז אין דעם אלעם זאל נאכמער צוגעגעבן ווערן, דורך דערויף וואס מ'וועט מאכן יעדערן פון אייך און די קרובים אהרי וואס זיינען דא פאר א שליח אדער שליחת מצוה אויף געבן אויף צדקה, נאכמערער צוהיילן דעם אויבערשטן'ס ברכות, וואס ער גיט דאך מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה יעדער איד בתוך כלל ישראל, ביז די צדקה הכללית והעיקרית, גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, תיכף ומיד ממש, ווי גערעדט פריער באריכות, וואס אין דעם אלעם, כאמור, איז יעדער פון אייך נכלל, און דער מקיים זיין די שליחות מצוה האמורה, צוזאמען מיט צוגעבן אויך פון אייגענע געלט זאל מען נאכמערער מוסיף זיין אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות, אין דעם אלן געזאגטן מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, און ס'זאל זיין ווי מ'לייענט אין דער סדרה
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים