English
ספרייה
kind
paragraph
order
RY
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און דאס ווערט אויך די ריכטיקע צוגרייטונג, אז מ'זאל גאר אינגיכן ארויס פון די אלע ענינים פארבונדן מיט די התחלה פון חודש אב, ווארום מ'האלט דאך שוין אין דעם סוף פון חודש אב, און אין צווישן האט מען דאך אויך געהאט דעם חמשה עשר באב, וואס ס'איז געווען זייער א גרויסער יום-טוב בזמן שבית המקדש הי'קיים און אויך נאכדעם, אלץ ווערט די אמת'ע צוגרייטונג צו דעם אמת'ן יום-טוב און דעם גרעסטן יום-טוב פון יעדערן פון אייך און פון יעדערן פון אונז און פון יעדערן פון דעם אידישן פאלק, וואו נאר מ'געפינט זיך, אז גר בקרוב ווערט די זאך פון קיבוץ סגרית, אז אלע אידן ווערן צוזאמענגעקליבן, דורך אבינו שבשמים, דורך דעם אויבערשטן אליין, און יעדערע פון אייך און יעדערע פון אונז און יעדערע פון זיי גייט צוזאמען, און דער אויבערשטער בראשם, בארצנו הקדושה אין ארץ ישראל, און דארטן אין ירושלים עיר הקודש, און דארטן אין ירושלים אין בית המקדש, מקדש אדנ'כוננו ידיך ובקרוב ממש.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים