transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1ס'איז דאך ידוע די מאמרי רבותינו נשיאינו אין פארבינדונג מיט חמשה עשר באב, אויך מיט די התחלה מיטן סיום פון מסכתא תענית, ולא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב וכיום הכיפורים, און דערנאך אויך דער המשך הענינים, און מיט דער ביאור, אנהויבנדיק אז בשעת מ'איז דער שאלה הידועה, דערמאנט בכמה מקומות, אז מ'זאגט להי'ימים טובים מיינט מען דאך דאס אויך עיקר הימים טובים, וואס דאס איז ימים טובים מן התורה, און זיי זיינען דאך אויך די ימים טובים זיינען בחמשה עשר בחודש, וואס דערפאר איז דאך ניט די הסברה בזה וואס דעמאלט איז קיימא סיהרא באשלמותא און ישראל איז מונין ללבנה און נאכמערער דומין ללבנה, ווארום די ימים טובים שמן התורה איז דאס חמשה עשר בניסן און חמשה עשר בתשרי, און שבועות האט דאך ניט קיין יום קבוע בחודש מצד עצמו, וואס דערפאר איז דאך ווי די גמרא זאגט אז פעמים איז חל בחמישי און אמאל בששי און אמאל בשביעי, זיין קביעות איז פארבונדן מיט חמשה עשר בניסן, וואס ממחרת השבת הויבט מען א אנטציילן די ארבעים ותשעי יום, וביום החמישים אט דעמאלט איז שבועות, ניט קיין קביעות בחודש מצד עצמה. קומט דאך אויס, אז אלע ימים טובים מן התורה זיינען בחמשה עשר בניסן, קען מען דאך ניט זאגן, אז אין דערויף קומט ארויס דער עילוי פון דער דרגא פון חמשה עשר באב, און מ'פעענטפערט אויף דערויף, אז דאס קומט דאך בהמשך פון קיימא סיהרא באשלמותא לגבי איר מעמד ומצב לפני זה, וואס דער מעמד ומצב הלבנה, וואס ישראל דומין ללבנה און מונין ללבנה, פון דער לבנה פון חודש אב, איז דעמאלט איז געווען א ירידה שלא בערך ווי אין די ימים שבשאר החדשים, ניט ווען די ימים,
¶2קיימא סיהרא באשלמותא, ביז אין דערפון פארשטאנדיק, אז די עלי'וואס קומט לאחרי הירידה, און וואס נאכמערער דער תכלית און דער גאנצער ענין פון די ירידה איז דאס על מנת כדי ס'זאל זיין דערנאך די עלי איז וויבאלד אז די ירידה איז א סך טיפער און א סך טיפער, איז דערפון גופא פארשטאנדיק, אז להי'ימים טובים סיי אין ניסן און סיי אין תשעה, וואס לפני זה איז ניט געווען אזא ירידה ווי די ירידה איז אין די חמשה עשר באב, די ירידה אין חודש אב, ביז תכלית אין דער ירידה, וואס דאס איז דער ענין פון תשעה באב. וואס יש לבאר על פי זה אויך אט דאס וואס מ'געפינט לכאורה א דבר תמוה, אז מ'זאגט אז איינער פון די תניאים פון חמשה עשר באב, וואס יעדער טעם איז דאך אן ענין בפני עצמו היט, אז אט דעמאלט איז כלו מסיום מדבר, און מ'זאגט, אז ווען איז געווען דער כלו איז גאר געווען בתשעה באב, וואס איז דער ענין פון חמשה עשר באב? אז דעמאלט איז מען נתברר געווארן, למפרע, אז בתשעה באב שלפני זה איז בטל הגזירה דערפאר וואס ס'איז בטל דער מנין.
¶3ווערט דאך דא די שאלה, וויבאלד אז מ'האט דערנאך מברר געווען, ווערט דאך דערנאך דער עילוי אין תשעה באב, ניט אין חמשה עשר באב. חמשה עשר באב איז געווען א גילוי למפרע, איז ווי די הלכה איז אין ענינים וואס זיי זיינען התגלה מילתא למפרע ווערט דאס דעמאלט נקוה אין דעם זמן, ווען ס'איז נתברר געווארן למפרע, ווען דער זמן איז. און דא זאגט מען, אז סתקא יתגלי'מירסא למפרע, און אף על פי כן מאכט מען דעם שטורעם פון לא היו ימים טובים מאכן דאס ניט בתשעה באב, נאר מ'מאכט דעם שטורעם בחמשה עשר באב.
¶4וואס יש לומר פון די ביאורים בזה, אז דער גאנצער ענין איז דאך פון אורה עלילות לבני אדם אז דאס איז געמאכט געווארן מערניט בדוגמא פון דעם לעתיד לבוא וואס הקב'ה עסק נגיא, און כמבואר בארוכה אין די דרושים אין דיבור המתחיל זה, און אויך אין לקוטי תורה אויף אלייתן זו יצרת לתחק בו, בקיצור על כל פנים, אז דעמאלט איז דאס א גאנצע זאך איז דאס פארבונדן מיט מארי בני אדם. איז וויבאלד אז מארי בני אדם איז בשעת ס'איז געווען תשעה באב שנה ההוא, און דערנאך עשירי באב וכו'איז נאך אלץ ניט געווען ברור אין מארי בני אדם האט דעמאלט געפעלט אן ענין עיקרי, און וויבאלד אז דעמאלט האט געפעלט אן ענין עיקרי ווערט דאס אזוי אויך אין די שנים שלאחרי זה. כמדובר אויך בנוגע צו עצם הלבנה עצמה קיימא סיהרא באשלמותא איז דאך דאס ניט לכאורה ניט אן ענין וואס אין דער סיהרא ווערט א שלימות, די סיהרא איז בשלימות כל הימים כולם, ס'איז מערניט ווי א שינוי להאיר על הארץ אין מראי בני אדם וואס פון בני אדם זעען דאס, ווערט דאס אבער דערנאך, וויבאלד אז כל ענינו איז אין דעם ענין דער ענין, אז א איד זאל דאס זען, און דאס זאל אויף אים פועל זיין, ער זאל דאס נוצן בהנוגע צו לשרת את קונו וכיוצא בזה, און תורה ומצוותי ביז אפילו א מנהג בישראל ווערט דאס אויך אן ענין של תורה, ווערט דאס אן ענין עיקרי, ביז וואנענט אז די קביעות בלייבט אויף חמשה עשר באב אויף כל השנה שנים כולם שלאחרי זה. ביז וואנענט, ווי ער איז דאך מבאר אין ענין פון די דרושים, און פארבינדט דאס וואס מ'זאגט, אז אין משכן איז שוין געווען דער ענין פון חמשה עשר אמר לכתוב האחד, חמשה עשר אמר לכתוב השנה איז דאס גאר געווען אן ענין אין משכן, וואס דער ענין אין משכן איז געווען דער חמשה עשר נאך איידער ס'איז געווען דער שילוח המרגלין. די מרגלין האט מען געשיקט נאך דערו
¶5ווי דער משכן איז שוין געווען אויפגעשטעלט, במילא איז דאס געווען בא שנה השנות, און דער משכן איז שוין געווען בראש-חודש ניסון פון שנה ההיא איז שוין געווען הוקם המשכן, און שוין געווען הוקם אין אן אופן אז ס'איז געווען חמשה עשר לכתוב פון ימינה, חמשה עשר לכתוב פון שמאל, ובפרט נאך ווי ער פארבינדט דאס אין דעם מאמר הידוע אויך פארבונדן מיט א שבת וואס חמשה עשר באב. וואס דאס איז אויך פארבונדן, כמבואר בכמה מקומות, אז דוקא דעמאלט ווערט אן ענין ווי ס'איז געווען בפשטות, יוצאות וחוליות בכרמים, און דערנאך איז די גמרא מסיים בזה, אין דעם סיום פון דער מסכתא, אין דעם ענין וואס הקב'ה עושה מחול לצדיקים לעתיד לבוא, אויך אן ענין של מחול, און מ'זאגט, אז דעמאלט איז פארבינדט מען דאס און מ'זאגט דאך דאס דעם פסוק, דער ענין פון אין הוי'זה קוינו לו ושני זה הוי'קוינו לו נגילה וניסוך בשעתו כפליים לתושע צוויי מאל זה, משא נכן אין ימי צאתך מארץ נצרים איז געווען איין מאל זה, זה א-לי בנוהו, בדוגמא ווי דער אויפטו פון גאולה העתידה לגבי ימי צאתך מארץ מצרים, איז דאך געווען דער ענין, אז דעמאלט איז געווען די אידן בדרגא פון צדיקים, און באקומען תורה, און באקומען דעם ענין פון זה כאילו ואנוהו מראה באצבעו ואומר זה אבער איין מאל זה, דערנאך האט אויפגעטאן די ירידה, ביז די ירידה פון תשעה באב, ביז די ירידה פון ויבקא העם בלילה ההוא אז ס'ווערט דערנאך די בכי מתוך שמחה, מ'זאגט בנוגע לעתיד-לבוא, פארבונדן מיט ענינים פון הבנה אין סודות התורה, וואס דערפאר ברענגט מען דאך אויף דערויף די ראי'אויף דערויף פון רבי עקיבא, אז ער האט געלערנט די סודות התורה פון שיר השירים, זלגו עיניו דמאות של שמחה, כמבואר בארוכה אין די כמה פון די דרושים, וואס דעמאלט ווערט דער זה צוויי מאל, און ס'ווערט נאך גילה ונשמחה בשעתו
¶6די גאולה הביאתיתית, וואס מ'זאגט דאס אויך אין דער הפטורה פון תשעה באב, און די הפטורה פון שבעה עשר בתמוז, און די הפטורה פון עשירי בתבת, פון צום גדליה, אויך דער ענין וכקרובה ישועתי לבוא, אז דאס איז די ישועתו של הקב'ה, און דאס ווערט דער ענין דאס גופא בנוגע צו דעם אויבערשטן, אז ניט נאר מ'האט חיצונות פון עתיק, זאגט מען זה, נאר מ'האט פנימיות עתיק, וואס דאס וועט נתגלה ווערן, ווי ער זאגט אין פרי עץ חיים, און אראפגעבראכט אין חסידות בכמה מקומות, נתגלה ווערן לעתיד-לבוא בכבודו ובעצמו פנימיות פון עתיק, ביז אין אן אופן פון זה בכפליים, במהרה בימינו ממש, בעגלא דידן, אמן כן יהי רצון.