אגרת א'תרס
כ"ה סיון, תשי"ב · ברוקלין.
עס האט מיך געפרייט צו האבען א גרוס פון אייך דורך הרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ וכו' מוה"ר אלי' שי' סימפסאן, אבער בין ניט צופרידען פון דעם, וואס צייטענווייז פילט איר נאך אלץ קאפ שווינדעל,
איר האט געדארפט - אויב איר טוט דאס נאך ניט ביז יעצט - צו עסען מזונות פארן דאוונען, אויסער דאס וואס איר טרינקט, און עס איז באוואוסט דער פתגם של כ"ק אדמו"ר הצמח צדק, וואס ער האט געזאגט, אז עס איז גלייכער צו עסען צוליב דאוונען (ד. ה. אז דערנאך דאווענט מען במנוחה) איידער דאוונען צוליב עסען (וואס בדרך ממילא - זיינען די נערווען און די קאפ אפגעשוואכט איז די תפלה ניט במנוחה, און דער יצה"ר והגוף גארען ווען וועט מען שוין עפעס איבערכאפען) און פילע פון אנ"ש האבען געהאט א הוראה מכ"ק מו"ח אדמו"ר, אז צוליב געזונט, זאלן זיי עסען פארן דאוונען, און ניט יוצא זיין מיט טרינקען אליין, און אז איר וועט זיך אזוי פירען, וועט דאס בריינגען נוצען סיי פארן גוטען געזונט און סיי פארן עסק.
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־ChassidusHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק ו
- מזהה
- rh-9vy1basx
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit