Paragraph
Paragraph rh-9v6k32r4
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-41f8csa7
- order
- 2D
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- איז דאך אלעמאל, כמוזכר לעיל, איז דאך פותחין בברכה אויף מכריז זיין א גוט מועד, ובפרט נאך אז דאס איז דאך פון די מועדים גופא וואס זיינען בכללות מועדים לשמחה, אף על פי כן איז דאך דא א חילוק אין די מועדים לשמחה, אז דא אזוינע וואס מ'איז מדגיש זמן חירותינו און אזוינע וואס מ'איז מדגיש זמן מתן תורתנו, און דערנאך אויך דער חג הסוכות וואס דעמאלט איז מען מדגיש דעם ענין פון מועדים לשמחה און מ'זאגט, אז דאס איז זמן שמחתנו. וואס בפירוש הפשוט בזה, אז צווישן מועדים גופא, וואס כל המועדים זיינען מועדים לשמחה, איז דאך אין שמחה גופא שייך כמה דרגות, שמחה למעלה משמחה, און דערפאר איז אויך דא אזוינע וואס בא זיי איז ניט דער ענין העיקרי, זמן שמחתנו, אדער יא דער ענין העיקרי, אבער ניט דער דאס איז זייער כל הענין און עיקר הענין, און זייער כל הענין און דער עיקר הענין איז חירות אדער מתן תורה, און דא איז אזא מין מועג וואס כל ענינו איז, אז בשעת אפילו ווען מ'שטעלט אים
- proofread
- 0