English
ספרייה
kind
paragraph
order
8
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
עאכו כמה וכמה אז מ'דארף דאס פארבינדן מיט אן ענין פון צדקה, וואס דאס איז דאך אויך ווי מ'טרעפט זיך צוזאמען בא זיינע געלעגנהייטן, איז מען דאך אלעמאל חותם דעם צוזאמענטרעפן זיך מיטן ענין פון מאכן שליחות אויף צדקה, וואס אף על פי וואס מ'גיט זיך א סכום מוגבל, גיט מען דאך מלכתחילה אז דער סכום מוגבל האט אין זיך בכח, הלוך והוסיף ואור, ובפרט נאך, אז כל אחד ואחד וואס נעמט אויף זיך אט די שליחות איז ער זיכער מוסיף אויך מדילי, האט ער דאך דעמאלט די יכולת הכח והיכולת, אז דערנאך נאך מוסיף זיין בזה במשך כל השנה כולה, כמדובר כמה פעמים. ויש להוסיף בזה, על כל פנים בדרך רמז, אז דער ענין פון מלכתחילה אריבער זעט מען גלייך, בשעת מ'גייט צו ווי יעדערער אין אסתכל באורייתא, אז מ'זעט די התחלה גלייך פון תורה שבכתב, זעט מען גלייך, אז דער ערשטער דיבור איז געווען דעם יהי אור וואס דאס איז דאך די תכלית השלימות אין דער גאנצער בריאה, בפרט נאך, וכמדובר, אז דער ויהי אור איז דאך העכער נאך ווי דערנאך איז ויהי כן כמבואר אין תורת המגיד וכיוצא בזה, נוסף אויף דעם ענין פון תורת הבעל שם טוב, אז די בריאה איז געווען מאין ליש, און מאין ליש איז דאך ווי דער אלטער רבי איז מבאר דעם ענין די תורת הבעל שם טוב בזה, איז דאס דוקא דער וואס בכחו ובהוכלתו לברות מאין ליש, איז דאס דוקא פון עצמות הלום, וואס דאס איז מלכתחילה אריבער גלייך אין תחילת הבריאה.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים