English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

62 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1דאך אויך פון די ענינים חדשים וואס ס'איז ניתוסף געווארן בשנה זו לגבי שנה שלפניה, כמדובר שוין כמה פעמים איז דאס דער ענין פון דעם לימוד אין רמב"ם.

2דער לימוד העיקרי, וואס דאס איז דאך אין אן אופן אז מ'זאל דאס קענען מסיים זיין בשנה אחת, ווי דער רמב"ם האט אנגערופן ספרו בשם משנה תורה און ברענגט אראפ אויך אין רמב אז אף על פי וואס ס'איז דא צוויי מנהגים בנוגע צו ספר התורה פון משה רבינו,

3צי מ'זאל מסיים-זיין אין שלוש שנים אבער דער מנהג הפשוט וועט מסיים-זיין בשנה אחת, וואס דעמאלט קומט אויס דער שיעור, כמדובר כמה פעמים, פון ג' פרקים ליום.

4און וואס דער רמב"ם אליין האט דאך מחלק געווען ספרו לפרקים און ווי כל עניניו בדיוק איז דאך זיכער דער חילוק לפרקים אויך בדיוק,

5במילא אז מ'איז דערנאך מחלק דאס לויט מנהג הפשוט אויף ג' פרקים ליום, איז אט דעמאלט קומט אויס דער שיעור ג' פרקים וואס איז פארבונדן מיט דעם יו מיטן טאג פון יו' כסלו,

6וואס דארטן רעדט זיך וועגן די יו' ח' דברים וואס מ'האט גוזר געווען אין ”בית המקדש שני”, מיט פרטי הדינים שבדבר,

7די ג' פרקים דערציילן כמה וכמה פרטים שבדבר.

8וואס יש לעין בזה בכמה וכמה ענינים, אנהויבנדיק פון א ענין עיקרי און א ענין תמוה, לכאורה עכ"פ וואס דאס איז וואס ס'איז אין די יו' ח' דברים וואס זיי זיינען מטעמים, מדברי סופרים,

9וואס דערפאר גייט דאס אריין אין די גזירות דרבנן, די חי דברים שגזרו בזמן פון בית שני, הלל ושמאי ותלמידיהם, ווי די גמרא איז מאריך אין פסחים און אין שבת און אין פסחים וכו,'

10איז דא דער ענין אויך וואס ספרים זיינען מטה את הידים און וועלכע ספרים?

11דוקא ספרי קודש, און אין ספרי קודש אפילו די גליאנות, ווי ער איז מבאר דארט כמה פרטים בדבר, און אויך אפילו קהלת ושיר השירים, וואס אין זיי איז דאך געווען א שקלא וטריא אין אנשי כנסת הגדולה זיינען זיי אויך פון די ספרים המטה את הידים.

12ועד"ז אויך זאגט ער, אז רצואות התפילין זיינען אויך ”מטמא את הידים”, ועד"ז נאך כמה וכמה ענינים.

13”בשעת מטמא את הידים” איז דאס טאקע הגבלות, דאס איז אינו דומה צו טומאת כל הגוף גופו, ווי ער איז מבאר די חילוקים בפרקים אלו, ביחד עם זה איז דאס אבער אן ענין של טומאה, ובפרט בקשר מיט קודש.

14אין תרומה איז דא א חילוק עיקרי צווישן טומאת ידים בפרט אדער טומאת כל הגוף, משא' כן בכמה ענינים של קודש, על אחת כמה וכמה פון חטת פון פר הדומה, וואס ”חטת קריא רחמנא”.

15וואס אט דא ווערט א תמיה גדולה, מ'געפינט אין סדר העבודה בבית המקדש, געפינט מען, אז כהנים האבן געדארפט טראגן תפילין, נאר וואס דען?

16ניט תפילין של יד. אזוי ווי בגדה כהונה דארף דאך זיין, ויניחם על בשרו אז ס'טאר ניט זיין קיין חציצית צווישן דעם יד מיט די בגדה כהונה, במילא קען ער ניט טראגן די תפילין של יד.

17משא' כן תפילין של ראש, איז אפילו ביי א כהן גדול וואס ער האט זיך געטראגן על ראשי הציץ, און וואס כתוב עליו קודש להוי איז אין אים אויך איז אויך געווען בשן בן ציץ ושר ראשו איז געווען דער מקום תפילין און דארט האט ער געטראגן תפילין.

18במילא קומט דאך אויס, אז דאס איז פארבונדן מיט תפילין, ורצויי שבתפילין, וואס זיי זיינען מטאמין את ה”ידים אפילו בטרומה”, על אחת כמה וכמה בנוגע לקודש,

19ביז בכמה פרטים, אויך כל הגוף.

20וואס אמת טאקע אויף דערויף איז דא ובהוספה לזה, על דרך זה געפינט מען כמה פעמים מ'האט געלייענט בספר-תורה אין בית-המקדש.

21ניט נאר די קריאת הקהל, וואס דאס איז דאך געווען איין מאל לשבע שנים, אדער קריאת יום הכיפורים, וואס דאס איז געווען די קריאת ”כהן גדול ביום הכיפורים”, ועל דרך זה,

22נאר אויך ווי פארשטאנדיק אין דעם סדר פון מסכתא תמיד אז פונקט ווי ס'איז געווען די קריעת דער ענין התפילה בא די כהנים איז אויך אזוי געווען דער ענין הקריאה בתורה, וואס דאס האט שוין מתקן געווען משה רבינו, אז ס'זאל ניט זיין קיין ג' ”ימים בלי תורה”, ניט נאר די קריעת התורה בשבתות, נאר אויך ביום ב' והם.

23איז אמת טאקע, ס'איז דא די באווארעניש, ווי די גמרא זאגט, אז ”אמר רבי עקיבא זכינו” אז ס'איז ניטא קיין טומאת ידים בקודש, מ'האט געזאגט אז בקודש איז דארט האט מען ניט גוזר געווען די גזירה, איז לכאורה איז דאס דארט קיין קשיא ניט, די זאך איז דאך אבער בפשטות מובן, אז דער כהן האט אנגעטאן די תפילין,

24איז געווען מה-דאך אז בכל אדם איז דער דין פון תפילין אז ס'דארף זיין כל היום כולו, עאכו"כ בא שבט לוי, עומד לשרת לפני הוי און אין שבט לוי עצמו די כהנים שבת וואס זיי זיינען הובדלו משבט לוי האבן זיי דאך געטראגן תפילין במשך כל היום, על כל פנים 'תפילין שבראש'.

25האט קיין ארט ניט בכלל צו זאגן, אז ווען האבן אנגעטאן די כהנים די תפילין בשעת זיי זיינען אריינגעגאנגען בקודש?

26און דערנאך ווערט דאך אויך די שאלה, ווער האט געבראכט אט די תפילין, צוזאמען מיט רצוי' שבתפילין, אין קודש?

27ס'איז דאך ניט דער פשט איז, אז בפשטות איז דא א חיוב אויף די כהנים, אז זייערע תפילין דארפן זיי האלטן בבית המקדש, און אין דעם חלק פון בית המקדש, וואס דארט האט מען ניט גוזר געווען קיין טומת ידים וכיוצא בזה,

28ווארום דאס איז וואס ס'איז דאך געווען א 'דבר חידוש' גדול האט מען געדארפט עגעץ וואו שטייען דאס, אז מ'דערמאנט ניט אזא חידוש גדול איז דערפון פארשטאנדיק, אז כל מקום שמחלך איז תפליו עמו,

29במילא ווערט דאך אט דא די שאלה, וויבאלד אז רצועות תפילין און תפילין זיינען ”מטעמין את הידים” קומט דאך אויס, לכאורה על פי זה, אז כהנים איידער זיינען אריינגעגאנגען אין קודש אדער זיי האבן געגאנגען אן תפיל, איז דאס א דבר תמוה,

30בפרט נאך אז ס'איז דאך דא אין כהנים אט די וואס זיי זיינען עובד עבודה און דא פון אנדערע משמרות, אדער זיי זיינען געווען בטומת ידים, אדער בנוגע לקודש נאך מער ווי בטומת ידים.

31ועל דרך זה קריאת התורה, ווי ס'איז משמע פון מסכתא תמיד, אז דאס איז געווען אין דער עזרה עצמה, אט דארט וואו ס'איז געווען די תפילת הכהנים, וואס קריאת התורה איז דאך פארבונדן מיט עבודת התפילה,

32מיט די שלות ראשונות וכו' וי ער רעכנט אחרונות און באמצעות, ווי ער רעכנט זיי אויס אין מסכתא תמיד און אין עבודת המקדש, ווי ער רעכנט זיי אויס אויך אין רמב אם בפרטיות אין סדר יום העבודה, וואס על פי זה דארף מען דאך זוכן און געפינען א ביאור ווי האט דארט געשטימט אט דער ענין אז ס'איז געווען א ספר תורה, און ס'איז געווען רצועות התפילין צוזאמען מיט תפילין,

33און כהנים האבן געטראגן תפילין, על כל פנים תפילין של ראש, צי ס'איז געווען א חיוב אז זיי זאלן אנטאן די תפילין ערשט זייענדיק בקודש,

34וואס דארטן איז ניטא די גזירה, אדער דאס האט פועל געווען אויך אז קודם שנכנסו לקודש איז אויך ניט געווען דער ענין הגזירה.

35וואס דאס איז פארבונדן מיט כמה וכמה חידושים, וואס לכאורה איז ווי קומט דאס, אז לאשתתמיט תנא ואמורא און ראשונים ואחרונים, אז מ'זאל אין דערויף ניט רעדן און מבאר זיין, און מבאר זיין בפרטיות, בפרט נאך על יסוד פון דעם פסק-דין וואס די גמרא זאגט אין פסחים, און דער רמב"ם ברענגט דאס אראפ אויך אין דעם פריערדיקן פרק פון ט' כסלו,

36אז אין קודשין איז געווען די גזירה פון תומות ידים.

37וואס טומאס מיט אלע פרטים שבדבר, וכאמור, ”לא ראינו אינו ראי” זיכער אז מ'וועט זוכן וועט מען אפשר געפינען על כל פנים, איז יהי רצון, און ס'איז כדאי אז מ'זאל זיך אין דערויף אויך מתבונן זיין בתוך שאר ענינים פון לימוד הרמב"ם,

38וואס דארף דאך זיין אויך כללות ”ענין לימוד תורה שבעל” פה, אין אן אופן פון 'הבנה והשגה', על כל פנים די הלכות פסוקות ווי זיי ווערן געבראכט אין רמב אן נתינת טעמים שבדבר,

39אף על פי וואס ער ברענגט ראיות דארט וואו ס'איז דא א פסוק בזה, אדער ווי ער זאגט בכמה מקומות ”ודבר זה הוא מפי השמוע”, אדער מדברי קבלה וכיוצא בזה,

40און ויהי רצון, אז מ'זאל אויך מברר זיין אט די פרטים, און דאס זאל נאכמער מוסיף זיין אין 'הבנה והשגה' אין די הלכות פסוקות פון רמב"ם, וואס אמת טאקע ער האט ניט אראפגעבראכט די טעמי ההלכות, און ער האט אויך ניט אראפגעבראכט קיין דיעות חלוקות,

41אחוץ ווי אין מקומי ספורים וואס יספרא איז מערניט ווי אין געציילטע ערטער, ער האט זיך אבער זיכער געוואלט אז מ'זאל פארשטיין די הלכה כפשוטה,

42ובלשון ווי ער שרייבט אין דער הקדמה כגדול כקטן און דערפאר שרייבט ער, האט דאס געשריבן בלשון א צחה וברורה, און האט דאס געשריבן אלס א סופר פון 'הלכות הלכות' וואס דאס איז נאכמער מחזק,

43אז מ'קען ניט זאגן אז דער רמב אים האט געשריבן ספרו כדי רחמנא ליצלן מכשיל זיין אידן לדעת הראש אין פסק'ענען מתוך ספרו, נאר ס'איז א זיכערע זאך,

44ובפרט נאך בהנוגע אויף א אידן אויף וועלכן מ'זאגט ממשה עד משה אלא קם כמשה וואס דאס איז געזאגט געווארן על ידי גדולי ישראל בזמן ותוקף עכ' פנים בדיעות שלאחרי הרמב"ם, און ווי דער רמב"ן ברענגט, אז בזמן הרמב"ם איז אין תאמן געווען א מנהג פשוט,

45אז מ'פלעגט זאגן אין קדוש בחייכן וביומיכן פון דעם רמב"ם, כמבואר בארוכה דער לשון בזה אין תשובת הרמב"ן, איז דאך א זיכערע זאך אז ספרו איז ”הלכות הלכות” וכמדובר כמה פעמים מ'דארף זיך אין דערויף ניט מפלפל זיין, מ'וועט אויפרעפענען א רמב"ם און באווייזן דאס אזא וואס ער איז א מתחיל 'לימוד התורה',

46און זען ווי ער וועט פסק'ענען פון ספר הרמב"ם איז וועט זיין אין געציילטע ערטער וואס ער וועט פסק'ענען שלא כדין, ווארום ער ווייס ניט דעם טעם,

47וואס דעמאלט איז דאך, ווי דער ראש שרייבט, קען ער מדמה זיין א זאך וואס איז ניט גלייך צו דער צווייטער, צו דעם דין ווי ער שטייט אין רמב"ם וועט ער פסק'נען שלא כהלכה דאס איז אבער שלא בערך צו די הלכות פסוקות וואס ער וועט פסק'נען כהלכה, אף על פי וואס ער איז א מתחיל בלימוד תורה שבעל פה,

48אדער בלשון הרמב"ם בהקדמתו, אז ער איז אריבערגעגאנגען פון לימוד תורה שבכתב גלייך צו לימוד הרמב"ם, וואס אט דעמאלט איז דער רמב"ם מעיד אז ער קען פסק'ענען א דין מספרו,

49און דאס וואס דער ראש שרייבט איז דער אלטער רבי מבאר בארוכה אין קונטרס אחרון פון איחוס תלמוד תורה, אז דאס רעדט זיך וועגן ענינים וואס מ'דארף אנקומען צו ”מדמה מילתא למילתא”,

50משא' כן אויב דאס איז די זאך ממש וואס שטייט אין רמב בם בלשון צחה וברורה, איז אט דעמאלט ווי דער רמב"ם האט גע'פסק'נט בהקדמתו, ניט נאר מ'קען פסק'נען א הלכה מספרו, נאר אט דאס איז ”דבר הוי' זו הלכה” וואס דערפאר האט ער דאך א נאמען געגעבן ספרו שם ושם פון משנה תורה.

51וכמדובר כמה פעמים, מ'דארף גאר האבן א חקירה און א חיפוש בספרים ווען ס'איז נתחדש געווארן צום ערשטן מאל דעם נאמען אז מ'האט א נאמען געגעבן דעם ספר, 'יד החזקה', דערפאר וואס אין פסוק איז 'יד החזקה' פארבונדן מיט משה רבינו,

52אדער א נאמען געגעבן דעם ספר, ספר הרמב"ם, ווארום דער נאמען וואס דער מחבר האט דאס געגעבן איז דער נאמען איז ווי עס שטייט קלאר אין דער הקדמה, משנה תורה.

53וידוע אז דאס וואס שטייט אין ספרים, אז ס'איז געווען ביי א דריי גדולי ישראל, וואס זיי האבן א נא מען געגעבן דעם ספר שלהם אין א שם נפלא וגדול ומבהיל,

54און דערפאר, וויבאלד אז ”לאו כל מוחי סביל דא” איז דערנאך דערנא מען געווארן אין אן אנדער נא מען איז דער נא מען פון דעם ספר געווארן אן אנדער נא מען, בדוגמא ווי ביים רמב ים ”יד החזקה”, ועל דרך זה ביים אלשיך,

55ניט תורת משה, נאר אלשיך וכיוצא בזה, ועל דרך זה באבשלה, וואס אין כאן המקום להאריך בזה, וחס ושלום צו זאגן אז דאס איז עפעס וואס רירט אן אין דעם גדלות פון די ספרים בכלל,

56וואס ווערן געבראכט בכמה מקומות אין ספרי גדולי ישראל האמיתיים, און ווערן געבראכט אויך אלס פוסקים, על אחת כמה וכמה בספר משנה תורה פון דעם רמב"ם, הנשר הגדול,

57כמדובר אויך ומוזכר לעיל פון תשובות הרמב"ן.

58און ויהי רצון, אז בקרוב ממש זאלן זוכה זיין, אז סיי כא גדול כא קטן, וואס דער רמב'ן האט געשריבן ספרו, אז דאס

59זאל זיין אין אן אופן א גלייכער פאר א קטן מיט א גדול אין אזא מין לשון סך וברורה איז דאס געשריבן זאל דאס נאכמער ממהר זיין און מ'וועט בקרוב זוכה זיין צו ימים אשר ”לא ילמדו עוד איש את רעהו”, ווי דער רמב'ן ברענגט אראפ אויך אין הלכות תשובה,

60ובסוף ספרו, אין ספר הלכות מלכים ומלחמותיהם ובסיום וחותם ספרם, אז כולם יודיע אותו מגדולם עד קטניו און ווי ער איז מסיים דעם ספר, ו”מלאה הארץ דיעה את הוי כמים לים מכסים” אין ימות המשיח בכלל, ובביאת משיח צדקנו,

61יבוא ויגאלנו ”וילכנו קוממיות לארצנו, במהרה בימינו” ממש.

62לחיים.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים