פסקה
פסקה rh-9kbx20qg
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-nwwxmktp
- order
- QL
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דאס איז געווען אלס אן אויסנאם, און ניט יעדערער האט דאס געקענט אויספירן, במילא איז פארשטאנדיק אויך אט דאס וואס דערנאך איז ארויסגעקומען די שליחות פון יעדער פרוי און פון אלע פרויען, פון אידישע פרויען, במשך כל הדורות כולם, אז זיי זאלן מחנך זיין צום אלעם ערשטן זיך אליין, ווארום אין צוגף דערצו, וואס עלטערן זיינען מחנך קינדער, ליגט דאך אויך א חוב קדוש און א מצוה קדושה, אז יעדערער דארף טאן כל התלוי בו, אלץ וואס הענגט אפ אן אים אדער אין אים, אויף נאך צוגעבן אין דעם חינוך נאכמערער און נאכמערער, און דערנאך וויסן, כולל אויך בהנוגע צו פרויען, צוגעבן אז ס'זאל אויך צוקומען דערנאך, צוגעבן במילא אין דעם חינוך עצמם, כדי דערנאך זאל דער צוקומען אין דעם חינוך פון דער גאנצער הויז.
- proofread
- 0