English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

85 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1מוטר שבת קודש, פרשת ”חיות שבא, כ'” ה' חשבון תשן ל'ט.

2לויט דער תורה פון דעם אלטן רבי הידוע, וואס דער רבי נשיא דורנו האט דאס געזאגט און איבערגע'חזר'ט און געהייסן אפדרוקן כמה פעמים, וועגן לעבן מיט דער צייט, מיט דער פרשת השבוע,

3איז דאך דערפון אויך פארשטאנדיק בפרט אז ס'קומען זיך צוזאמען, כמעין-הרן איז כמה עשיריות מישראל, אז די הוראה איז נאך מער בתוקף ו”ביתר שאת וביתר עוז” ווי דאס איז ווען ס'איז נוגע צו א יחיד, בדוגמא ווי אין תורה גופא, אז ס'איז דא איין עוז איז דאס אויך אן עוז קדוש,

4אבער אז ס'איז דא מערערע אותיות ווערט די קדושה פון יעדער אות נאכמערער, ובפרט נאך ווי דער דין איז, אז ס'איז דא פיה' אותיות צוזאמען פינף און אכציק אותיות איז אט דעמאלט האט דאס א קדושה יתורה, ווי מבואר אין פוסקים.

5על אחת כמה וכמה אז ס'איז א ריבוי נאך מער דערפון, איז דאך די קדושה הולכת וגדולה, סיי בכמה סיי באיכות, און ווי גערעדט כמה פעמים, אז דאס איז ניט דער פירוש אז ס'איז דא כמה וכמה אותיות איז די הוספה לויט דעם מספר האותיות, אויב ס'איז פרי ה,

6פינף און אכציק מאל מערער, נאר דאס איז שלא בערך גלייך ווי ס'ווערט עשרה מישראל ווערט דאך א מציאות חדשה מיט נייע דינים, מיט א קדושה,

7”ונקדשתו בתוך בני ישראל” וואס די קדושה איז שייך ווען ס'ווערט עשרה מישראל, און על אחת כמה וכמה אז ס'איז דא מאה וכו,' ווי פארשטאנדיק,

8פון דער דעה אז ס'דארף אויך זיין א נפקא מינה בנוגע לנוסח פון ברכת המזון, וואס אף על פי אז דער דין בפועל איז ניט אזוי איז דאך דאס ”אלו ואלו דברי אלקים חיים” דאס איז א ”קא סלקא דעתך” וואס ס'איז א חלק פון תורה, אז מאה איז מערער ווי עשר, און מלך איז נאך מערער, און ריבוי איז נאך מערער וכו.'

9ובפרט נאך אז ווי מ'זעט ווי ער איז מבאר בארוכה אין קונטרס החלצו, אז בשעת ס'קומען זיך צוזאמען א רבים, און זיי זיינען ביחד מחליט אויף ענינים טובים פון מעשה בפועל, אפילו בדיבור, על אחת כמה וכמה אז דאס איז מעשה אויך און מעשה בפועל, וואס ”המעשה הוא העיקר”,

10איז דאך דעמאלט פארשטאנדיק, אז די קדושה איז שלא בערך, וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז דער פארבונד מיט דער תורה, וואס תורה איז דאך די דוגמאות ופינקסאות פון וועלכע ס'איז געווארן אלע ענינים אין וועלט,

11כמבואר אין מדרש רבה בתחילתו, וואס דערפאר איז אויך די הוראה אויף ארויסנעמען פון פרשת השבוע נאכמער בתקפם, ”ביתר שאת וביתר עוז”.

12בפרט נאך אז ס'קומט נאך צו דער ענין וואס דאס איז מוצאי שבת, און דער ענין וואס דאס איז א שבת מברכין, און א שבת מברכין פון ”חודש השלישי” לויט די התחלת השנה,

13און ווי גערעדט כמה פעמים, און שוין אויך געדרוקט בכמה ספרים, אז חודש כסלו איז ”חודש השלישי”, ובדוגמא ווי חודש סיון וואס ער איז ”חודש השלישי” צו פסח, צו ניסן,

14אזוי איז אויך כסלו דער ”חודש השלישי בערך” צו תשרי וראש השנה והמועדים אשר בו, מיט די אלע מעלות וואס טוט זיך אויף אין ”חודש השלישי”.

15וואס אויך אן אויפטו און אין א מעלה און א תוספת אין עבודה דארף דאך דאס אויך זיין פארבונדן מיט תורה, מיט ה' בתא בתורה, אסתכל באורייתא, וואס אסתכלו ס'באווייזט דאך אויף א ה' בתא מיט א התענינות, כמבואר בפוסקים בכמה מקומות,

16וואס דורך דערויף, און בפרט לויט דער תורה פון דעם אלטן רבי'ן, אז מ'קוקט זיך איין אין פרשת השבוע קומט ארויס א הוראה, און א הוראה ”ביתר שאת וביתר עוז”.

17וואס דאס איז נאכמער מודגש בספר בראשית בכלל, וואס ווערט דאך אנגערופן ”ספר הישר” דערפאר וואס דארטן רעדט זיך וועגן די ישרים פון אידן וואס דאס גייט אויף די אבות, וואס ”מעשה אבות איז סימן לבנים”.

18וכמבואר בכמה מקומות, דאך דער ענין פון סימן לבנים איז צוויי ענינים דאס איז א סימן און א ציון אן אנווייזונג ווי אזוי מ'דארף זיך פירן, און דאס איז אויך א סלילת-דרך, געעפנט א וועג און דורכגעטראטן א וועג, וויבאלד אז דאס האבן געעפנט די אבות,

19און יעדער איד איז דאך א יורש און עומד במקומם, ווי דער ענין פון ירושה איז מאכט דאס דערנאך לייכטער, וויבאלד אז די פתיחה איז שוין געווען דורך די אבות, און בא זיי איז שוין די פתיחה געווען אין אן אופן פון מעשה אבות ניט נאר ס'איז געווען במחשבה ובהעלם,

20אפילו נאך מערער ווי ס'איז דער גילוי פון דיבור איז דאס אראפגעקומען אין א מעשה, אין אן עשי' בפועל, וואס דאס איז נאכמער מוסיף אין די ביידע ענינים און אין אלע ענינים וואס ס'קומט-צו ביי בנים, דורך דערויף וואס דאס ווערט א סימן לבנים.

21וכמדובר כמה פעמים, וויבאלד אז תורה איז דאך געגעבן געווארן צו יעדער אידן און צו אלע אידן, ביז אין אן אופן אז מ'זאגט אז ”אתם נצבים היום כבולכם לעברך בברית הוי” וואס דאס איז דער ענין פון תורה,

22איז אפילו כל איש ישראל, אפילו טפכם וגויך און ”חוטב עציך ושואב מימיך” די אלע דרגות וואס ער רעכנט דארטן אויס, ביז אפילו אין טף,

23וואס ביי א טף דארף דאך זיין ”לחם לפי הטף”, איז דערפון אויך פארשטאנדיק, אז די הוראה איז דארף זיין אויך ניט נאר מצד דעם חלק הסוד שבתורה,

24אדער דרוש אדער הלכה אדער רמז, נאר ס'דארף אויך זיין פארשטאנדיק פארטפכם בנוגע צו 'לימוד התורה', וואס זיי זיינען שייך נאך דערוויילע, מערניט ווי צו התחלת אין 'לימוד התורה', וואס דאס איז דער דרך הפשט.

25דאס הייסט אין איינפאכע ווערטער, אז די הוראה דארף זיין פארשטאנדיק אפילו אז מ'לערנט דעם ענין אין דער פרשה בדרך הפשט, און ס'דארף זיך אויך אראפטראגן אפילו צו די ענינים וואס דער מאיזה סיבה שתהי' איז זיינען זיי מערניט ווי אין דרך הפשט,

26על כל פנים בעיקרם בפשט איז ווי אזוי אויך דא אט די הוראה.

27וואס בכלל איז דאך אין ענינים פון יעדער סדרה, אזוי אויך אין דער סדרה, כמה וכמה ענינים וואס יעדערער פון זיי איז א חלק אין תורה, איז דאך דערפון פארשטאנדיק אז יעדערער פון זיי איז אויך א הוראה,

28איז אבער דא אין דער סדרה גופא וואס מ'זעט אפילו אין דרך הפשט ווי אזוי דאס איז אן ענין כללי, און דא אין דער סדרה גופא, בשעת ס'רעדט זיך וועגן אברהם'ען, וואס ער איז דאך דער ערשטער צווישן די אבות, ביז אז מ'זאגט ”אחד היה אברהם” אן איין און איינציקער, און

29בשעת אברהם דערציילט וועגן זיין כללות העבודה און די עבודה אין דעם עיקר בריאת האדם, וואס דאס איז ”אני נבראתי לשמש את קוני” ווי אזוי די עבודה איז פארבונדן און פארבינדט אים צוזאמען מיט קונו,

30מיטן אויבערשטן, איז דאך דערפון פארשטאנדיק די טיפקייט און די נויטיקייט פון דער הוראה ”ביתר שאת וביתר עוז” לכל ההוראות,

31אע' פי וואס יעדערער פון זיי איז א הוראה אין תורה, וואס תורה אחת היא אבער ווי גערעדט, בפרט נאך אין דרך הפשט, איז אין תורה גופא דא פרטים וכללים, וכלל גדול וואס דאס איז א כלל פון כמה כללים, ווי די גמרא זאגט אין מסכתא שבת, על דרך זה אויך בהנוגע צו די הוראות התורה בכלל,

32און די הוראה פון דער סדרה במיוחד.

33וואס בשעת אברהם דערציילט וועגן זיין עבודתו לבוראו אין דער סדרה פון פרשה 'חיי שרה' איז זאגט ער א חילוק בהנוגע וואס איז פארבונדן מיט לעשות ”לו יתברך דירה בתחתונים” אז דער חילוק איז געווען,

34אז עד שלא בא אברהם איידער אברהם האט אנגעהויבן טאן עבודתו בעולם הזה איז אט דעמאלט זאגט אברהם אז דער אויבערשטער איז געווען ”אלקי השמים”, און אברהם על ידי עבודתו האט אויפגעטאן אז ער זאל ווערן ”אלקי השמים ואלקי הארץ”.

35וואס דאס איז פשוטו של מקרא, די ראי' אויף דערויף און די הוכחה איז, ווארום דאס ברענגט דאך אראפ רש י בפירושו על התורה, וואס ער איז מדיע אני לא באתי ”לפרש אלא פשוטו של מקרא”.

36אפילו ניט ווי ער ברענגט דאך בכמה מקומות בפירושו, אז דאס איז א ”מדרש אגדה”, אדער כדרשו רבותינו וכיוצא בזה, וואס דעמאלט האט דאס, דאס איז טאקע פשוטו של מקרא וויבאלד אז רש"י ברענגט דאס אראפ בפירושו, דאס איז אבער א וואס איז פארבונדן מיט דרשו רבותינו,

37אדער מיט מדרש הגדה וכיוצא בזה בשעת רש"י איז דאס ניט מוסיף איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז דאס איז פשוטו של מקרא ממש, דאס הייסט בהמשך דערויף וואס ס'האט זיך גערעדט פריער, אז דאס איז שייך נאך צו גאר-גאר וואס זיי זיינען מתחילים, אין דרך הפשט אפילו.

38ניט ווי דרך הפשט באקומט שוין א שייכות צו א לימוד א העכערער פון אים, וואס דאס איז דרש אדער אגדה אדער הלכה ורבותינו וכיוצא בזה, נאר אין דרך הפשט גופא גאר די התחלה, וואס דערפאר איז דאס פשוטו של מקרא ממש.

39וואס אין דעם פירוש על פי פשוטו של מקרא איז רש"י מפרש, אז אברהם האט דערציילט אז וואס איז געווען זיין אויפטו, און ”תורת אמת” ברענגט דאס אראפ אין תורה-שבכתב, וואס הכל מודים אין תורה-שבכתב אפילו צדוקים,

40אז פריער איז געווען ”אלקי השמים”, און דערנאך האט א איד, אברהם על ידי עבודתו, טוט אויף אז ס'ווערט ”אלקי השמים ואלקי הארץ”, וואס דאס איז, כאמור, די מעשה אבות,

41ווערט דערפון א סימן לבנים אין וואס ס'באשטייט די עבודה פון א אידן, וואס קודם עבודתו איז ”אלקי השמים”, ולאחרי עבודתו איז דאס דארף ער אויפטאן אז ס'זאל ווערן ”אלקי השמים ואלקי הארץ”.

42וואס לכאורה, ווי איז דאס שייך זאגן די גאנצע מציאות, וויבאלד אז נאך אין אברהם'ס צייטן איז שוין געווארן 'אלקי השמים והלקי הארץ' אז דערנאך זאל יעדער איד דארפן אנהויבן עבודתו מתחילה, אז ס'איז 'אלקי השמים' און על-ידי עבודתו ווערט דאס אלקי הארץ אויך, איז דאך דאס פארשטאנדיק,

43וויבאלד אז מ'זאגט אז יעדער איד איז דאס בדוגמא פון אדם הראשון, ווי די גמרא זאגט אין סנהדרין ”לפיכך נברא האדם יחידי” כדי אז מ'זאל וויסן וועגן יעדער אידן במשך כל הדורות אז ער איז ווי אדם הראשון.

44וואס על דרך זה איז דאס אויך בהנוגע צו עבודתו פון אדם הראשון דארף א איד וויסן, אז ער האט אויף זיך דעם ענין פון ”לעבדו ולשמרה” אע' פי וואס פאר אים זיינען געווען גדולים וטובים מיט אלע ענינים,

45און ”אם הראשונים כמלאכים” איז די אחרונים ביז בדורנו זה איז דאך ווי בני אדם מיט נאך נידעריקער וכו בהנוגע אבער לעבודת כל אחד ואחד איז זאגט תורת חיים, וואס דאס איז א הוראה בחיים,

46אז יעדער איד האט אויף זיך דעם תפקיד פון ”לעבדו ולשמרה” אין דעם אופן ווי ס'איז געווען בא אדם הראשון, וואס לפי ”כך נברא האדם יחידי” כדי מ'זאל פון אים אפלערנען אויף יעדער אידן במשך כל הדורות,

47ווי ס'איז פארשטאנדיק אז דאס האט א שייכות צו יעדער אידן ובמשך כל הדורות, ווי די הלכה וואס מ'נעמט ארויס דערפון וואס זי איז דאך א הלכה, אז נפש אחת איז דאס 'עולם מלא' בהנוגע לכל אחד ואחת אין אלע מקומות און אין אלע זמנים.

48על דרך זה איז אויך פארשטאנדיק בהנוגע צו אברהם אבינו, וואס ”אחד הי' אברהם” און דערנאך וירש זרעו את הארץ אז יעדער איד איז דאס זרעו פון אברהם,

49איז דערפון פארשטאנדיק, ווי געזאגט פריער, אז דאס איז א סימן לבנים יעדער מעשה אבות, על אחת כמה וכמה אזא ממעשה כללי אין וועלכע אברהם גיט ארויס וואס ער האט אויפגעטאן אין וועלט בהנוגע צו דירה לו יתברך בתחתונים וואס דאס איז דאך דער ”תכלית עבודת האדם” ”אתם קרויים אדם”

50און תכלית העבודה של כל אחד ואחת, אז די עבודה איז פון 'אלקי השמים' מאכן ”אלקי השמים ואלקי הארץ”.

51וואס דא איז דאך אויך דער אויפטו, אז ס'איז ניט דער ענין אז ס'קומט-צו נאך א זאך, אז ס'ווערט אויך אלקי הארץ נאר ווי גערעדט פריער, אז ס'איז אין קדושה ווערן נצטרף צוזאמענגעשטעלט צוויי זאכן איז דאס ניט נאר אז ס'איז צוגעקומען א צווייטע זאך, נאר ס'איז צוגעקומען אויך אין דער ערשטער זאך,

52און ס'איז צוגעקומען די כללות פון די ביידע ענינים.

53דאס הייסט, אז בשעת מ'טוט-אויף אז ס'ווערט אלקי הארץ ביז ווי רש"י טייטשט דאס אפ, אז דער שמו איז רגיל, בא די וואס געפינען זיך אין ארץ,

54וואס דאס באווייזט דאך, אז ס'איז ניט נאר אז דאס איז אן איין-מאליקע פעולה, נאר ס'ווערט אנגערופן רגיל דאס ווערט א רגילות, אז בפשטות דערמאנט ער 'שם שמים' ”רגיל בפי קול”, ווי ער זאגט אין ”תורה אור” אפילו ביי נשים און עמי הארץ וקטנים וכו

55על דרך זה אויך, ועאכו כמה אין דעם ענין כללי פון תכלית בריאת האדם, וואס דאס איז דער ענין פון אלקי הארץ.

56איז דורך דערויף ווערט אינגאנצן אנדערש אט דאס וואס ער איז 'אלקי השמים', וואס מ'ווייס וועגן אים בשמים ווי פארשטאנדיק דערפון וואס מ'זאגט אין נגלה, על אחת כמה וכמה ווי דער ביאור אין 'פנימיות התורה', אז ס'איז דא כמה ענינים, ובפרט אין עניני תורה,

57וואס דער אויבערשטער זאגט צו בית דין שלמעלה, אז מ'זאל גיין הערן וואס בית דין שלמטה האט גע'פסק'נט וועט מען וויסן אויך בהנוגע צו דעם פסק דין למעלה.

58און דער ידוע אויך דער משל וואס איז במיוחד פארבונדן מיט חודש תשרי, וואס ווי מ'קומט ארויס בגלוי אין ”חודש השלישי” שלו, וואס דאס איז חודש כסלו אז בשעת מ'הויבט אויף א בנין מתכתיתו פון דעם נידעריקסטן ארט אין אים, אט דעמאלט הויבן זיך אויף כל חלקי הבנין, אפילו די קומה הכי עליונה.

59על דרך זה בעניננו, אז בשעת ס'קומט-צו אלקי הארץ, איז ניט נאר אז ס'קומט-צו נאך א צווייטער ענין, נוסף אויף 'אלקי השמים' נאר ס'ווערט אויפגעהויבן דער 'אלקי השמים' ביז אין אן אופן פון יתר שאת און יתר עוז, און נאך מערער ביז אין אן אופן פון אין ערוך.

60ווי אזוי איז אבער דער איז אבער דא די גאנצע מציאות, אז לאחרי די עבודה פון אברהם אבינו, וואס ער האט שוין אויפגעטאן, אז ס'איז געווארן ”אלקי השמים ואלקי הארץ” מיט אלע ענינים שבזה, ווארום ”האבות הן הן המרכבה” איז דאך פארשטאנדיק די עבודה זייערע וואס זי האט אויפגעטאן,

61על אחת כמה וכמה אז דערנאך איז נאך צוגעקומען דער ענין פון מתן תורה, און משה רבינו, און דערנאך די ענינים פון די בתי מקדשים, ובכללות די עבודה פון 'דורות הראשונים',

62ביז די ”דורות הראשונים בערך” פון דורנו זה, און מ'זאגט אז דאס איז 'אלקי השמים', און א איד דארף אנהויבן פונקט אזוי ווי אברהם אבינו,

63טאן עבודתו אויף צו מאכן אז ס'זאל ווערן ”אלקי השמים ואלקי הארץ”.

64איז כמדובר לעיל, וויבאלד אז מ'זאגט אז יעדערער איז אן ”עולם מלא”, ובדוגמא ווי אדם הראשון איז דאך פארשטאנדיק, אז בנוגע לעולמי על כל פנים דארף ער אנהויבן עבודתו מתחילה פונקט אזוי ווי ער דארף אנהויבן לערנען אין תורה די אותיות אלף-בי,"'

65און דערנאך גיין מחיל אל חיל פון ”בן חמש למקרא” ביז חמשה עשר לגמרא, און דערנאך ”בן ארבעים לבינה”, סודות התורה, מיט אלע עליות אין 'לימוד התורה', און ס'איז ניט מספיק, אט דאס וואס אביו איז געווען א חכם גדול אין כל חלקי התורה,

66ביז על דרך זה ”שאל אביך ויגדך זקניך ויגידו לך” נאר ער אליין הויבט אן לימודים, ניט אט דארט וואס ס'האט זיך געענדיקט דער לימוד פון אביד, נאר ער מוז דאס אנהויבן מתחילתו פון אליף בית אן ביז אליף בית כפשוטו, וויבאלד אז אזוי איז בהנוגע צו זיין 'לימוד התורה',

67איז דערפון גופא פארשטאנדיק, אז אין זיין ”אסתכל באורייתא וקיים עלמא” ווי ס'שטייט אויף יעדער אידן, אז דער אויבערשטער ”אסתכל באורייתא וברא עלמא און כל בר נש אסתכל באורייתא וקיים עלמא” איז דאס אויך אזוי אין דעם עולם וואס ער בויט אויף הויבט ער דאס אן בויען פון אלף בית זן.

68בדוגמא ווי אין 'לימוד התורה' הויבט ער אן לערנען פון אלף בי זני.

69פאר אים איז אבער די ארבעט א סאך א לייכטערע, וויבאלד אז ער איז א יורש פון אבות וזקנים, ביז אברהם אבינו, וואס ”אחד הי' אברהם” איז שוין געווען דער סלילת הדרך, ניט נאר דער פתיחת הפסח, נאר

70דורכגעטראטן אין דער וועלט, אין 'עולם העשי' הגשמי, אז ס'זאל ווערן ”אלקי השמים ואלקי הארץ”, איז אפילו ווען ער הויבט אן די עבודה מתחילה, איז דאס א סך לייכטער ווי די וואס האבן געדארפט אנהויבן פון א התחלה, וואס ”כל התחלות קשות”,

71אבער אף על פי כן דארף ער דורכגיין אט די אלע דרגות, פונקט ווי געזאגט אין מאמר המשנה, אז ער גייט דורך די דרגות אנהויבנדיק פון ”בן חמש למקרא”,

72און נאך פאר דעם, ווי דער אלטער רבי ברענגט אראפ אין הלכות תלמוד תורה שלו, וואס די התחלה, כמדובר ומודגש כמה פעמים, הויבט זיך אן פון 'לימוד התורה' פון א קטן, און נאך פון פאר ”בן חמש למקרא”, נאר ווי א תינוק ”מתחיל לדבר”,

73וואס דאס איז דער לימוד האותיות, די נקודות וכו ווי ער איז מבאר דא די פרטי הדברים, הויבט זיך ביי אים אן טאקע אין א סך א לייכטערן אופן, אבער ער הויבט דאס אן פון דעם אלף ביז אין תורה, הויבט ער אן פון דעם אלף ביז אין וועלט וואס ס'איז געגעבן געווארן א אידן,

74אז פריער איז וועלט ווערט אנגערופן ”עולם מלשון העלם והסתר”, און יעדער איד מאכט פון אט דעם עולם, אז ס'זאל ווערן א אידישער עולם, וואס דערפאר ווערט ער אנגערופן 'עולם מלא' אז ער איז אים ממלא,

75ער פילט אים אן מיט אידישקייט, אנהויבנדיק פון אלף בי"ס פון אידישקייט, און דערנאך גייט ער מחיל אל חיל ביז ס'ווערט ”אלקי השמים ואלקי הארץ” בדוגמא ווי ס'איז געווען ביי אברהם אבינו.

76און פונקט אזוי ווי ביי אברהם אבינו געפינט מען, צו וואס האט דאס אברהם אבינו דערציילט?

77אלס א הקדמה, אז דאס זאל דערנאך נמשך ווערן, אז דער זון זיינער זאל באקומען אזא שידוך וואס ס'איז דיין מבית אבי ”אל משפחתיו ולבית אבי תולך” און דער וואס ער האט אים געמאכט פאר ”אלקי השמים ואלקי הארץ” וועט אים מצליח זיין אין דעם.

78אזוי איז דאס אויך בהנוגע לכל אחד ואחת, אז די 'תכלית השלימות' בזה איז, אז דאס זאל ניט זיך אפשטעלן חס ושלום ביי אים, נאר ס'זאל זיין ”ושננתם לבניך אלו” התלמידים אז זיי זאלן אויך ווערן א ”טופח על מנת להטפיח”,

79אויפשטעלן תלמידים ותלמידים לתלמידיו, מיט די אלע דרגות ווי ער רעכנט זיי אויס אין תוספתא פון עגיעות.

80וואס דאס איז אויך נוסף על א פירוש כפשוטו של מקרא, אז ”בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות” דורך דערויף וואס מ'גייט ”אל משפחתיו אל בית” אביו מ'מאכט א שידוך און מ'האט חתונה מיט

81מיט די וואס זיי זיינען אויך פון בני אברהם לאחריו און בני שרה והבעים אחריה.

82און ס'ווערט דער ”וארבה את זרעו” וואס דאס איז דאך געווארן דורך דערויף וואס אליעזר האט אויסגעפירט די שליחות מיט דעם כח וואס הצליח הוי' דרכו, וואס ווי אזוי האט דער אויבערשטער מצליח געווען דעם דרך?

83דערפאר וואס אברהם האט אויפגעטאן פון ”אלקי השמים” איז געווארן ”אלקי השמים ואלקי הארץ”, וואס דורך דערויף ווערט דער ”פרו ורבו ומלאו את הארץ” און דערנאך איז דער עיקר בכבשוה, אז ס'ווערט פון דעם 'העלם והסתר' איז מען אים כובש און ס'ווערט דערפון א דירה לו יתברך,

84און מ'ברענגט דאס אראפ אז ס'זאל ווערן ”הוי' אחד ושמו אחד” ס'שטייט בגילוי כמו שאני נכתב וואס דאס איז דאך בכללות ווי דאס איז בגלוי געשטאנען אין בית המקדש,

85קומט דאס אראפ כך אני נקרא אז דאס ווערט אזוי אנגערופן בכל הצפוצות בכל הארץ כולה ”כן תהי' לנו” בקרוב ממש, בביאת משיח צדקנו, יבוא ויגאלנו ו”יוליכנו קוממיות לארצנו”, במהרה בימינו ממש.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים