פסקה
פסקה rh-9e2eqzq4
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-0rmxmcm4
- order
- AK
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס אזוי איז אויך אויסגעטיילט די וואך פון די אלע וואכן פון יאר, אין צוגאב וואס דער חודש איז אויסגעטיילט, ווי דערמאנט פריער, אז דאס איז א חודש פון מלך בשדה, איז די וואך, אויסגעטיילט פון אלע וואכן פון דעם יאר אויך פון די אנדערע וואכן פון חודש אלול, אז דאס איז עיר חלק אין תורה, און אפלערנונג איז די פרשה וואס הויבט זיך אן און ווערט אנגערופן בשם שופטים און אין דער וואך גופא איז אויסגעטיילט דער טאג פון אלע איבעריקע טעג פון דער וואך, וואס דאס איז יום רביעי, און ווי אנגעוויזן אין תורה, אין דעם חלק וואס הויבט זיך אן צו לערנען, און מ'לערנט ווי אזוי אויפצופירן זיך אין דעם חלק רביעי אין פרשה שופטים. וואס לערנט מען אפ פון שופטים אלס די גאנצע סדרה, און מ'לערנט דאס אפ אין א ליכטיקן אופן, תורה אור איז דאס איז דער איינפאכער אפטייט, במילא איז פארשטאנדיק, אז דאס איז א ליכטיקע אפלערנונג, וויבאלד אז דאס איז די איינפאכסטע פשוטו של מקרא פון דעם אפטייטש פון שופטים. וואס וואס איז דער טייטש פון שופטים ווי מ'גוט א קוק אין דעם פסוק? איז דאס דער אפטייטש, אז שופטים ושוטרים כתן לך בכל שעריך און ווי פירושו של תורה, ווי אפגעטייטש, אז דאס איז אן אפלערנונג און אן אנווייזונג פאר יעדער אידן, אז בשעת דער אויבערשטער גיט אים נשמה שהחזרת בי, און ער גיט אים זיין חיים אויפן גאנצן טאג, דארף דאס אויפגעפירט ווערן, און מ'איז זיכער אז דעמאלט וועט דאס זיין לויט דעם רצון פון דעם אויבערשטן, שהחזרת בי נשמתי אז ס'זאל זיין שופטים, אז בשעת מ'גייט-אן עפעס א זאך, און מ'דארף וויסן
- proofread
- 0