English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

211 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1דאך כרגיל, אז מ'לערנט אפ א פסוק אין פרשת השבוע וואס מ'האט געלייענט בשבת זה מיט פירוש רש"י על הכתוב, און בפרט נאך אז דאס איז בהמשך להאמור לעיל, וואס ס'האט זיך גערעדט אז פשוטם של דברים איז דאס נוגע לכל אחד ואחת, אפילו די וואס האלטן אין דרגת הסוד,

2איז פונקט אזוי ווי אין חלק הציוויים שבתורה מוזן זיי דאך מקיים זיין די מצוות בפשטות, אז מ'ווייס טאקע די אלע כוונות פון תפילין,

3וואס תפילין איז דאך נאך מערער ווי כל המצוות, איז דער כוונת התפילין אויך א חלק פון דעם 'קיום המצות' התפילין, ווי פארשטאנדיק פון דעם לשון פון דעם אלטן רבי'ן בשולחן ערוך שלו,

4כמדובר כמה פעמים, אבער אף על פי כן, אט דאס וואס ער זאגט אין תניא, אז כיוון כל הכוונות און ניט געווען חס ושלום די 'קיום המצוה' בפשטות האט ער ניט מקיים געווען די מצוה.

5וואס דאס גייט אויך אויף די מצוות וואס די כוונה איז א חלק פון דער מצוה, די מצות תפילין און מצות סוכה און מצוות סתיצית וכיוצא בזה, כמדובר כמה פעמים.

6על דרך זה אויך בהנוגע לעניננו, און ווי גערעדט פריער בהנוגע צו פרשת ”אליעזר עבד אברהם”, אז ”אין מקרא יוצא מידי פשוטו”, אף על פי וואס ס'איז דאך בפשטות, ווי דער אלטער רבי זאגט, אז ס'איז ניט געווען קיין 'דבר גשמי' כלל, אבער ביחד עם זה איז געווען ”וארבה את זרעו” בפשטות,

7דורך דערויף וואס ס'איז געווען ניט סליח הוי' דרכו בפשטות, דער שידוך מיט די נישואין פון ויבאי' האוה לשרה אמו, ויקחי' לא לאשה וינחם מיט אלע פרטי הדברים, ”אין מקרא יוצא מידי פשוטו”.

8וואס גלייך אין התחלת הסדרה, וואס דאס איז אויך די מעלה פון פירוש רש א, וואס דאס איז לא באתי ”לפרש אלא פשוטו של מקרא” און פונקט אזוי ווי אין דער תורה בכללותה איז דאך ווי דער אלטער רבי זאגט, און ווי דער נשיא דורנו דער רבי דער שווער האט דאס איבערגעגעבן כמה פעמים,

9און געהייסן אויך אפדרוקן איז דא אין פירוש רשי יינה של תורה דער ענין וחלק הסוד שבתורה.

10וואס גלייך אין התחלת הסדרה, אז ס'שטעלט דאך רשי אויפן פסוק שני שבו, און זאגט ויבוא אברהם און איז מפרש פון וואנענט איז ער געקומען?

11מבור שב. דערנאך גלייך נאך דערויף א צווייטער דיבור המתחיל, ליתפוט לשרה ולבקסא און זאגט אז ונשמחה מיתה שרה לעקידה דערפאר וואס דורך די בשורה פון דער עקידה איז דאס האט געבראכט צו מיתה שרה.

12וואס אין דערויף איז דא כמה וכמה דיוקים און קושיות, ווי ס'ווערן שוין געבראכט אין מפרשי הרש י, אנהויבנדיק פון דעם רם פון ר' אליהו מזרחי, ביז אין ספצי חכמים וספרים שלאחריו.

13און וואס דער כללות שלהם איז, די ערשטע שאלה אויף וועלכע ס'שטעלט זיך שוין דער רמב ן, וואס ער ברענגט אויך אראפ די רש י, און זאגט היתכן אז רש י זאגט ויבוא אברהם מברשבה און ס'ברענגט כמה הוכחות, אז ס'קען ניט זיין פון בהר שבא, אז ס'מוז זיין פון ”הר המורי ה”, וואו ס'איז געווען די עקידה,

14נוסף אויף דערויף וואס אין אלע מדרשים שטייט בפירוש, אז ”ויבוא אברהם איז היכן בא מהר המורי” ה.

15וואס אף על פי וואס דאס איז דאך חלק המדרש והדרוש, און רש"י איז פשוטם של דברים, איז דאך פשוטו של מקרא איז דאך ווי דער רמב"ן ברענגט אויף דערויף כמה הוכחות אין פשוטם של דברים, אז ס'האט געדארפט זיין מהר המורי ניט פון בור שוה.

16דערנאך קומט-צו נאך א קשיא בפשטות, כמדובר כמה פעמים, אז בשעת רש"י זאגט איז דאס דעמאלט ווען לולא פירוש רש"י וואלט מען אדער ניט געוואוסט, אדער מ'וואלט דאס מפרש געווען אויף אן אנדער אופן.

17ווען רש"י וואלט אויף ויבוא אברהם גארנישט ניט מפרש געווען.

18ווי וואלט מען דעמאלט געלערנט בפשטות?

19וואלט מען געקוקט אין די פסוקים שלפני זה וואו איז געווען אברהם וואס פון דארטן איז ער געקומען, שטייט בפירוש אין פסוק, אין די פסוקים שלפני זה, אז אברהם איז געווען בבור שבא.

20במילא, וואס דער ”בן חמש למקרא” אז רש"י וואלט אים גארנישט געזאגט וואלט ער פרעגט ביי אים, פון וואנענט איז ויבוא אברהם?

21זאגט אים וואס איז דא דער ספק? שטייט בפירוש פאר דערויף ”וישב אברהם בבור שבא”, במילא, אז דאס איז געווען אין חברון, איז ויבוא אברהם פון בור שבא איז ער געקומען אין חברון.

22ווערט די שאלה צוליב וואס דארף דאס רש"י זאגן?

23מ'קען ניט זאגן, אז רש"י באווארנט, אז אף על פי וואס אין מדרש שטייט 'הר המורי' זאלסטו וויסן זיין, אז ס'איז ניט ווי ס'שטייט אין מדרש ניט ס'איז דרך רש"י באווארענען, אז בשעת דער ”בן חמש למקרא” וועט ווערן א ”בן עשר למשנה”, וואס דעמאלט וועט ער לערנען מדרש, וועט ער דעמאלט זען אז ”הר המורי” באווארנט ער אים מיט פינף יאר פאר דערויף, אז ס'איז ניט 'הר המורי' ס'איז ברשבה.

24ובפרט נאך אז רש י זאגט בפירוש לפני זה, אין די ערשטע סדרה פון פרשה ספר בראשית, אז ער לערנט פשוטו של מקרא, משא' כן מדרש ווייס דער ”בן חמש למקרא” אז דאס איז אן ענין כשמי אן ענין פון דרוש.

25וואס על פי זה איז אינגאנצן ניט פארשטאנדיק וואס טוט די אויף רש י, וואס ער איז מוסיף ויבוא אברהם אז דאס איז געווען מבור שבא?

26דערנאך איז אויך ידוע דער דיוק כללי פון די מפרשים, וואס בשעת מ'זאגט ונשמך מצה שרה לעקידה האט דאס רש"י געדארפט זאגן אין תחילת הפרשה, ניט אין פסוק שני נאר אין פסוק ראשון,

27אף על פי וואס אין פסוק ראשון שטייט 'חיי שרה' ניט מצה שרה, אבער דארט איז דאך דער פירוש פון דער גאנצער פרשה אויף די התחלה, אז דערמיט האט זיך געענדיקט 'חיי שרה' ויהי' שני 'חיי שרה' דער סיום שלהם, דער סך הכל שלהם איז בא לאנדערע ערטער אין תורה, וואס רש"י ברענגט אויך אראפ די שאלה למה נצמך?

28דאס מיטן צווייטן ענין שטעלט זיך רש"י גלייך אויפן ערשטן פסוק.

29און דא ווארט רש"י אפ ביז דעם צווייטן פסוק, און דא זאגט ער אויך, שטעלט ער זיך ניט אויף ותמה שרה וואס לכאורה האט ער אויף דערויף געדארפט זאגן ותמה שרה למה נצמחך משה שרה להקידם.

30וואס דא פאלט שוין אויך אראפ דער דיוק וואס דארט שטייט 'חיי שרה' און דא שטייט ותמה שרה.

31איז דאס לאזט רש"י דורך, און ווארט ביז ס'שטייט אל שבט ויבוא אברהם לצפוט לשרה און ערשט דערנאך זאגט ער און פארענטפערט ונשמך מית השרה על העקידה דערנאך ווערט די שאלה כללית וואו וואלט געקענט שטיין מית השרה אין אן אנדער ארט?

32בשעת מ'פרעגט די שאלה אין אנדערע פרשיות, ביים רגלים, ביים מרים וכיוצא בזה איז דארט איז דא די שאלה, ס'שטייט שלא במקומו.

33מית השרה איז געווען נאך דער עקידה, ס'איז געווען איידער אברהם האט אפגעקויפט די מרות המכפלה, האט חומש כביכול ניט געהאט קיין אנדער ברירה, ער האט דאס געמוזט אריינשטעלן אין דעם ארט וואו ער האט דאס אריינגעשטעלט?

34איז וואס איז דא די שאלה פארוואס ניסט מח?

35ס'איז ניטא קיין אנדער ארט אין חומש וואס האט געקענט שטיין דער סיפור!

36ער דארף שטיין קודם הקודם ארץ המכפלה, נאך דערויף ווי ס'איז געווען די עקידה, במילא מוז דאס שטיין אין דעם ארט וואו ס'שט דערנאך קומט-צו דאס וואס מפרשים שטעלן זיך ניט אויף דערויף, וואס רוב המפרשים, וואס בשעת אין פסוק שטייט ואתמה שרה סתם, דערנאך זאגט רש"י ניסמך מיתה שרה אויך סתם,

37בשעת רש"י פארענטפערט דאס, פארענטפערט רש"י און ברענגט אראפ א נייעם ענין, אז ניט נאר רש"י זאגט, אז זי האט געהערט די בשרת העקידה ומותה, נאר רש"י איז דערצו מקדים,

38”פרחה נשמתה ממנה” א לשון וואס רשי אינגאנצן ניט רגיל בזה, ”בן חמש למקרא” דארף מען גיין מסביר זיין וואס איז דאס פאר אן ענין פון 'פרחה נשמתה', און אויב מ'דארף מסביר זיין אז מי ס'קומט דורך דערויף וואס 'פרחה נשמתה' האט דאס רשי געדארפט זאגן דעם ערשטן מאל, אז ס'ווערט דערמאנט וטמת אדער וימות אין פרשה בראשית,

39אדער אין פרשה נועג, און דא איז דאס רש"י מחדש, און מחדש איז אן ענין חדש אויף ”פרחה נשמתה ממנה”, און דערנאך ומוסר, און ס'דארף דאך זיין אויף דערויף א הכרח אין פשוטו של מקרא,

40בשעת אין פסוק שטייט סתם בא תמאס שר און ניטא קיין ענין פון ”פרחה נשמתה”.

41דערנאך קומט-צו א שאלה, וואס דאס איז א שאלה ניט פון פשוטו של מקרא, ס'איז אבער ביי אלע ארץ-ישראל'דיקע, אפילו די וואס איז אין חוץ-לארץ און האבן מאיין געווען אין פירוש הכתובים ווערט א תמי' הכי גדולה, בשעת מ'גייט פון בור שוה און

42מ'קומט אהינצו פון 'הר המורי' פון ירושלים בשעת מ'קומט אין בור שוה און פון וואנענט קומט מען אהינצו פון ירושלים וואס וועגן דערויף איז ער מסיים אין די פריערדיקע סדרה,

43אז לאחרי העקידה איז געקומען אברהם אין בור שבי, און דערנאך איז געווען ווי ער זאגט אין דער פרשה ”ויבוא אברהם מבור שבי” און איז געקומען אין חברון גיט מען א קוק ווייס מען, אז בשעת מ'גייט פון ירושלים אין בור שבי גייט מען דורך חברון.

44ווערט אט דא די שאלה הכי נפלאה.

45אויב אברהם איז געגאנגען פון 'הר המורי' און איז געקומען אין בור שבא, וואס דאס איז געווען לאחרי העקידה איז דעמאלט ממה נפשך, אויב נצמחד משה שרה להקידה איז דאך שוין דעמאלט געווען בתמז שרה.

46איז וואס הייסט ער איז אוועקגעגאנגען אין בור שבא, און דארט האט ער דערוואוסט אז דערנאך בהתמז שרה, און האט ער זיך אומגעקערט פון בור שבא צוריק אין חברין וואס דאס איז באמצע הדרך צווישן ירושלים מתכי מיט בית שבל.

47וואס דאס איז ניט קיין קשיא אין פשוטם של כתובים וואס רש"י מוז דאס פארענטפערן, דאס איז אבער א שאלה ווען דער ”בן חמש של מקרא” לעבט אין ארץ-ישראל, און ער גייט אדער ער פארט פון ירושלים מן בור שבע,

48אדער פארקערט פארט ער דורך אברון פרעגט ער א שאלה ביי דעם למוד האס מ'האט מיר ערשטו געלערנט, אז פריער איז אברהם אוועקגעגאנגען פון 'הר המורי' נאך דער עקודש, וואס דעמאלט איז געווען ניסמך משה שרה איז שרה געווען ותמא שרה איז ער געקומען און געגאנגען ביז בור שוה,

49און דארטן האט ער דערהערט לזפוט לשרה ולבקותם, וואס דערפאר איז געווען דער ויבוא פון בור שוה צוריק אין חברה, מיט נאך כמה דיוקים כפי שיתבאר, ובדרך ממילא, לויט ובים, און ווי גערעדט כמה פעמים, וואס רש"י קען ניט אנקומען פארלאזנדיק אז דאס ווערט פארענטפערט אין מפרשי רש"י,

50ווארום ”בן חמש למקרא” לערנט מיט אים רש"י דער פירוש המקראות באופן כזה, ער זאל ניט דארפן אנקומען צו קיינע אנדערע פירושים.

51בהנוגע צו די הארות אויף 'חיי שרה', אויף זוהר פון טאטן, איז ברענגט ער דארט אראפ דעם מאמר הידוע פון תשובה אז דאס איז דער גודל הענין פון תשובה, אז דאס איז ”בשעתא חדא, ביומא חדא, ברגעא חדא”, און פרעגט אויף דערויף די שאלה, אז לכאורה איז דאס ניט על הסדר.

52בשעתא חדא, וויבאלד אז דא שטייט ברגעא חדא באזונדער מיינט מען דאך דאס א שעה, על כל פנים ניט קיין רגע, אבער ניט קיין גאנצן יום שלם,

53איז זאגט ער פריער בשעתא חדא און דערנאך איז נאכמערער דערפון אז דאס איז ביום החדא, דאס הייסט ”זו וצרוך למר זו”, אז ”אפילו בשעתא חדא” קען דאס געטאן ווערן על אחת כמה וכמה ביום החדא, דערנאך זאגט ער ברגעא חדא וואס דאס איז ווייניקער פון בשעתא, איז ממה נפשך האט דאס געדארפט שטיין אדער פאר בשעתא חדא

54אדער וואס ס'האט זיך געדארפט דערפון אנהויבן, אדער דער בשעתא חדא האט געדארפט שטיין נאך ביומא ”חדא ביומא חדא”, בשעתא חדא וברגעא חדא און פארענטפערט אויף דערויף, אז אזוי איז דער סדר הספירות.

55אזוי ווי בשעתא חדא גייט אויף מלכות און ביומא חדא גייט אויף זהב, וברגעא חדא גייט אויף בינה, איז דער סדר אין ספירות איז, אז ממטה למעלה איז מלכות און דערנאך און דערנאך בינה,

56און סוכנט-צו א קוקט-טאן אין קהלת יעקב וכו.'

57וואס דאס ווערט פארענטפערט, אז דאס איז מתאים לסדר הספירות, ווערט אבער די שאלה גופא דארטן, ממה נפשך וויבאלד אז דער סדר איז ריגע, און דערנאך שעת און דערנאך יומא,

58איז וואס ווערט פארענטפערט אז מ'זאגט אז אין ספירות איז דאס ניט אזוי בשעת דא רעדט זיך אן ענין וואס דאס איז אין זמן, און אין זמן על פי תורה איז אזוי, אז פריער איז דא ממטה למעלה פריער רגעא חדא, דערנאך 'שעתא חדא' און דערנאך יומא חדא,

59נאר כמדובר, אז דאס וואס מ'קען פארשטיין אליין איז זיך אליין כאפן אויף דערויף, דארף מען אבער האבן דעם ביאור והסבר, אז אמת טאקע ס'איז דא מ'געפינט אויף דערויף א דוגמא, אז אין סדר הספירות איז אויך אזוי,

60איז דאס מערניט וואס מ'טראגט אריבער די שאלה מיט די קשיא פון דעם זהר אין דעם סדר הספירות, וואס איינס פון די ביידע, אדער מצד סדר הספירות האט געדארפט למטה ווערן א שינוי, אדער ווי אויב למטה איז דער עיקר האט געדארפט מצד דערויף ווערן אין ספירות א שינוי,

61וכפי שיתבאר לקמן.

62כאן המקום להוסיף מ'רעדט דאך וועגן דעם ענין וואס דורך דערויף וואס ס'איז געווען לוספט לשרה ולבקותה איז דערפון געווארן דער ענין פון קניית מרות המכפלה, און דער עולם ווארט זיך די אלע ענינים, און רחמנא ליצלן איז אן ענין של טפל, מעיני חסידות מיט דעם נגלה און מיט דעם דרוש,

63אבי צו הערן א ווארט וועגן קום דעבד, א נייע אנשיקעניש געווארן, א ”בלבול, אין פיזור הנפש”, אז יעדערער מוז האבן א מיינונג און מוז מחליט זיין וואס האבן אויפגעטאן די אזוי-גערופענע את קומא פון דעיוויד,

64און דערנאך וועט ער דאס מפרסם זיין, זיי קענען זיך פאררופן אז פלוני בן פלוני האט געזאגט כך וכך, במילא האלט ער אז היפכא מסתברא, אדער וועט זאגן פארקערט, אין אופן יוצא מן הכלל דא איז ער מסכים.

65איז דאך אבער רחמנות אויף אידן וואס זיצן און מאטערן זיך און ווילן שוין דערווארטן זיך אויף הערן עפעס א ווארט וועגן קיין דייוויד איז דאס דא א דבר פלא וואס שטייט אין מדרש,

66קרין וישלח אבער ס'הויבט זיך אן מיט דער קניעה פון מרת המכפלה, וואס דארטן זאגט דער מדרש בהנוגע וואס יעקב האט געקויפט ”שכם במאה קסיטא”, אז ס'איז דא ג' מקומות

67וואס אפילו די אומות וואס זיי זאגן אז גזולים הם גזלנים אתם ליצטים אתם וואס מ'האט צוגענומען די ארץ שבעה עמים פון זיי איז אבער דא ג' מקומות וואס אויף דערויף קענען זיי דאס אויך ניט זאגן.

68און דאס איז דער ענין פון מרת המכפלה וואס ס'שטייט בפירוש אז מ'האט דאס אפגעקויפט ”ארבע מאה שקל כסף עובר לשוחר”, דער ענין פון קבורת יוסף שם,

69וואס דאס איז געווען במאה קסיטה אפגעקויפט בעדוני הארץ, ומקום המקדש, וואס דארטן שטייט אז דוד המלך האט געגעבן צו אראבנא חמישים שקל, שש מאות שקל, מיט די צוויי פסוקים אז דא האט דאס ביי אים אפגעקויפט.

70און אט דא זעט מען, אפילו אומות העולם, וואס זיי טענה'ן, ווי רש"י זאגט אין תפילת פירושי אז ליסטי מתם איז דא דריי ערטער וואס ”תורת אמת” איז מעיד, אז דארט קענען זיי דאס ניט זאגן, וואס די דריי ערטער, אנהויבס אין זמן, איז דאס מרת המכפלה פון פרשה זו.

71אויף וויפל איז דער חושך הגלות, חושך כפול ומכופל, אז אומות העולם קענען דאס ניט זאגן, אין וואס באשטייט דער ניט צולאזן פון די אידן אין ארץ-ישראל באזעצן זיך אין ארץ-הקודש, אין ארץ-ישראל,

72ווי א איד וויל זיך באזעצן און וואו באזעצן איז א משטארקסט ניט די התנגדות אין די ג' מקומות!

73א דבר פלא, וויל קויפן אין טייל אביו מישן זיך ניט, מ'וויל קויפן אין אן אנדער ארט, אדער מ'מישט זיך ניט, אדער ס'איז א התנגדות קלה בשעת ס'קומט צו ”מרע סמך פוילא” האט מען איינגעלייגט די וועלט אויף ניט צולאזן א אידן אין חברה!

74ניט נאר אין ”מרע סמך פוילא”!

75גאנץ ארום ”מרע סמך פוילא”!

76וואס דאס איז א חלק פון חברה ווי ער איז מבאר בארוכה אין דער פרשה לאזט מען ניט צו קיין אידן באזעצן זיך דארטן!

77א מעשה מיט בית הכנסת של אברהם אבינו איז געווען א מעשה טאטויי און ווי מ'גערעדט פריער בארוכה, אז מ'האט מכריח געווען מענטשן וואס זיינען זיך ”מוסר נפש, מאסורו נפשם” אויף להגין על הארץ, 'ארץ הקודש', האט מען זיי גענוצט אויף ארויסנעמען א אידן פון בית הכנסת פון אברהם אבינו, דערפאר וואס דאס געפינט זיך אין חברון.

78בשעת א איד קומט צוגיין אין מרת המכפלה ניט אין דער שעה וואס דער מובטי, צי ווי ער הייסט דארטן דער אמעמו, האט מתכים געווען אויף דערויף לאזט מען אים ניט אריין, און אויב ער גנבי"ט זיך אריין נעמט מען אים פון דארט ארויס בכח.

79וואס דאס איז ניטא אין קיין אנדערע ערטער אין ”ארץ הקודש”.

80וואו איז דאס אויך דא?

81איז מקום שם. קומט צוגיין אין שם, וויל עפעס דארטן טאן?

82זאגט מען ניין! דארט געפינען זיך א רבה.

83און מ'לאזט זיך ניט קויפן א נחלי א בית אין שכם, ווער רעדט נאך אז ס'קומט צוגיין צום דריטן ארט שטעלט מען אוועק חיל, לכתחילה ניט צולאזן אידן אין מקום הקדשנו,

84וואס דאס איז ווי ער זאגט אין מדרש דאס איז דריי ערטער וואס אומות העולם זאגן אז ס'איז ניט גזולים קומען צוגיין אידן און זיינען דארט משליט, היה ”לא תהי גויים” אז ס'זאל זיך דארטן פירן ווי די גויים ווילן.

85אז די גויים זען אז אידן שלאגן זיך אן זיינען זיי זיכער מסכים פארוואס ניט.

86וכמדובר, אן ערגסטן און גרעסטן, אן טיפסטן, אויפן נידעריקסטן אויף מדיעת נגדות איז דאס אין די שלשה מקומות וואס אפילו אומות העולם קענען ניט זאגן גזולים אור.

87חס ושלום צו חושד זיין א אידן אז ער וויל משליט זיין א גוי בכלל, על אחת כמה וכמה אין 'ארץ הקודש', על אחת כמה וכמה אין ירושלים העתיקא, אין מקום מקדשנו,

88אין מרת המחפלה מקום פון די ”קדושים, אברהם יצחק ויעקב, מיט שרה רבקה ולאה”, מיט אדם וחוי' וכו אפילו אויך ניט אין דעם דריטן ארט, אין שכם.

89ווי קומט דאס אז זיי טוען דאס?

90איז בשעת א מענטש שטייט בפחד און פילט בא זיך אז ער איז אראפגעפאלן, ווארום די גויים זיינען ”אתם המעט מכל” הגויים, און ער דארף אנקומען צו אים נאך א פאר דאלער, אדער נאך א סך דאלערס, אדער נאך נשק,

91אדער צו זיין לב טוב וכיוצא בזה ווערט ער בא זיך אויף אזויפיל בטל, אז דאס וואס א גוי וויל גאר ניט צונעמען זיי זאגן ניט אז גזולים אתם אזוי זאגט ”תורת אמת”, האט מען מגרה געווען דעם יצר-הרע, כמדובר אמאל בארוכה,

92אז אין אל חטא איז דא א מאדנע זאך, 'אל חטא שחטא מלפניך ביצר הרע' ווי קען זיין א חטא אן א יצר-הרע?

93ס'איז דאך אלע חטאים ביצר הרע, וואס קומט צו לאחרי ווי ער רעכנט אויס כמה חטאים, איז דא א חטא מיוחד, ”על חטא שחטאן לפניך ביצר הרע”,

94זאגן די מפרשי הסידור, אז ס'איז דא אזא חטא אויף דעם יצר-הרע פאלט גארניט איין ער זאל צורעדן א אידן דאס צו טאן, קומט צוגיין א איד, רחמנא ליצלן, און איז מגרה דעם יצר-הרע, ער זאל אים איינרעדן ער זאל טאן דעם זאך, וואס דעם יצא-הרן איז גאר ניט איינגעפאלן.

95וואס על דרך זה איז דא אויך, ”תורת אמת” איז מעיד אז אומות העולם האלטן פון דער בייבל, ווי זיי רופן דאס אן, וואס דאס איז תורתינו הקדושה, ”תורת אמת”,

96גלויבן זיי, אז דאס וואס שטייט אז ס'איז געווען ”ארבה מאה שקל כסף אבר לשוחר” איז דאס געווען אזוי, במילא געהערט דאס צו אידן, על דרך זה צו שכם, עד"ז בנוגע צו מקום המקדש.

97בשעת מ'הויבט אן אראפפאלן, ”נפיל טיפיל לפניו” מ'הויבט אן בא זיך אראפפאלן פאר דעם גוי.

98פארוואס איז דאס? דערפאר וואס מ'פאלט אראפ פאר די גוי'שקייט שבקרבו, פאר ”כל זרע” אשר בקרבך ווערט דאס ביי אים אין א תוספת מעלה, ער האלט מער פון די קולטשור פון די קאניבאלן,

99מ'זאגט, אז ענין פון תורה טאקע ”היא חכמתכם ובינתכם” דאס קומט אבער ניט צו די בילדונג וואס מ'קען באקומען אין א פאבליק סקול, אדער על דרך זה פון לימודי חול, וואס דעמאלט ווערט מען אנגערופן ווי א מענטש כדבעי.

100א פאטער האט זיך געדונגען, ער וואלט בא מיר פועל זיין, אז ער זאל אים געבן איינרעדן זיין זון, דער זון האט ניט געוואלט לערנען קיין לימודי חול, איז ער קומען צו מיר און בעט ביי מיר, איך זאל פועל זיין בא דעם זון ער זאל אנהויבן לערנען לימודי חול.

101פרעג איך ביי אים, וואס איז דאס אויף דיר אזויפיל נוגע?

102ס'איז דאך א פרומער איד, ער לייגט תפילין, דאווען דעימל הטאג, טאג סיצית, אלע ענינים, די פאטער, וואס קאכסט זיך אזוי דער ז וואס דארטן רעדט זיך וועגן דיינע תפילין און דיינע ציטיות און דיין כשרות און ”דיין שבת, מקיים” כל המצוות, און אנשטאט דערויף זאל ער לערנען וואס ס'שטייט וועגן לימודי חול.

103זאגט ער, וואס טויג אים?! דער זון איז טאקע ווען א גרויסער תלמיד-חכם און א גרויסער למדון אין תורה, אבער מ'דארף זיין א מענטש אויך?!

104כדי צו זיין א מענטש דארף ער לערנען לימודי חול?!

105און האט דאס געזאגט בפנימות, ער האט געוואוסט אז ער רעדט דאס ניט מיט אן אנדער דאס איז וויל ער בא מיר פועל זיין, מיט וואס וועט ער בא מיר פועל זיין אזוי איז דער זוהר אים חס ושלום ניט קיין מענטש.

106בשעת ער וועט לערנען לימודי חול וועט ער ווערן א מענטש.

107און האט דאס געזאגט מיט א אזא מין פנימות, געזאגן טיך איז זיך צולייכט, האט ער זיך אויך צולייכט, מיט פארשטאנדן אז דא איז ע אבער על כל פנים ס'איז דא רחמנא ליצלן דער וואס האט זיך ניט געשעמט און האט זיך געזאגט בתמימות מיר אויך.

108ס'איז דא כמה וכמה, רחמנא ליצלן, סיי פאטערס סיי מוטערס, וואס בא זיי קומט אויס, אז דארפן דארפן זען, אז דער זון און די טאכטער זאלן זיין פרויען, און יראת-שמים מקיים עליהם די תורה, איז כבתורה ובמצוות, מיט אלע מעלות, אבער נוסף על זה, אדער על כל פנים, אדער אפשר גאר יסוד

109און ווי אזוי קען מען זיין א מענטש, אז מ'וועט ניט דערקענען צווישן אים מיט רחמנא ליצלן להבדיל בין ישראל לעמי, ווארום ער האט די זעלבע ידיעות וואס דער גוי האט, און גייט אין דער זעלבער סקול און גייט אין דער זעלבן אנטאן, עסט די זעלבע מאכלים וכו נאר די מאכלים דארפן זיין כשר"ע, אבער זיצן מיט א היטל וכיוצא בזה דאס איז ניט קיין מענטשלעכע ענ הגות.

110מ'האט דערציילט אויף א דייטשן רב, ווי מ'וועט דערמאנען זיין נאמען, אז ער איז געווען א פרומער איד, איז חוסק געווען אין הפצת היהדות, אויף דער דייטשער שפראך, און האט מתפיל געווען כמה וכמה אידן צו אידישקייט, צום מיינער אריינגעגאנגען און האט געדארפט רעדן מיט אים וועגן זייטיקע ענינים ניט פארבונדן מיט תורה ומצוות,

111איז ער אריינגעגאנגען זיי ארי און וואס האט ער אים דערנאך ביים רב, אז וואס האט ער אים ארויסגעטריבן?

112זאגט מען, וואס הייסט? ער דארף אפגעבן כבוד זיין כבוד פרטי פון דעם רב איז אים ניט נוגע, אזוי ווי אבער א רב פון א תהלה פון א אידישע קהילה דארף ער אים אפגעבן כבוד.

113וואו האט ער דיר פוגע בכבוד געווען?

114זאגט ער, ווען ער גייט אריין צו דעם סתטרה אדער דער וואס פירט-אן מיט דער שטאט וואלט ער דאך עשמועט קומען מיט א היטל און וועט גלייך אויסגעטאן די היטל אין פרוזע, צו מיר אז ער גייט אריין גייט ער אריין מיט א היטל!

115זאגט וואס הייסט זאגט ער, אז היטל דארף מען דאך האבן מצד יראת-שמים!

116זאגט ווער רעדט וועגן יראת-שמים?!

117מ'רעדט זיך וועגן זיין באזורג ביי מיר, וואס ער דארף צו מיר באציען זיך ווי מ'דארף זיך באציען צו א רב בישראל!

118איך האב געמיינט פריע ביז וואנענט זיך דאס געהערט פון איינעם וואס האט געקענט דעם רב הזון צי דעם רב הלב, און ער ווייס מיט וועמען בדידי הבא עובדא ווערט דאס אים אריינגעיין, וועמען ער האט משלח געווען און ס'האט ניט געהאלפן קיינע ענינים, מצד כבוד הרבנות האט ער געהאלטן טאר ער ניט זיצן פאר אים מיט א היטל, אף על פי וואס ער האט געוואוסט אז א היטל איז פארבונדן מיט כסא פון יראת שמים.

119אויב א רב קען הצעות האבן אזוי, קען דאך א מוטער בישראל וואס וויל אז דער זון, דער טאקטער, זאלן זיין א מענטש ווי ס'דארף צו זיין, מיט מענטשן גלייך, איש באנשים אויך אזא סארט הנהגה.

120וואס באמת, פארוואס איז דאס?

121מ'האלט, אז וויבאלד אז ”אתם המט מכל העמים” בכמות דארף מען זיין חס ושלום ”המעט מכל העמים” בנוגע צו הנוגץ, אכילתו, שתייתו וכו דערנאך א 'בהשגחה פרטית' מאכט מען אים פאר א מינוי בישראל, וואס יעדער ענין 'בהשגחה פרטית' נעמט ער אהינצו מיט דעם רגש הנחיסות,

122די אראפנפאלנקייט בא זיך פון אידישקייט לגבי ניט-אידישקייט, און דערנאך, אז ער דארף מאכן א החלטה פארלירט ער זיך, אז מ'זאגט אים, אז אפשר וועט דער גוי ווערן ברוגז, זאגט מען אים, דער מדרש זאגט ער, אז א גוי וועט ניט ווערן ברוגז,

123זאגט ער, דאס זאגט אט דער וואס ער לערנט מדרש, ער דארף אבער הערן א מיינונג פון אזא וואס ער איז א מענטש, ביז עד כדי כך אז ער לערנט ניט קיין מדרש!

124עאכו"כ וואס ביי אים איז דער פוסק ניט מדרש חס ושלום, נאר ענינים פון לימודי חול, וואס זיי לערנען אים די וואכעדיקייט פון א אידן.

125דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט אין אזא אופן, אז א איד האט צוטאן אויך מיט וואכעדיקייט, און מוז האבן צוטאן מיט וואכעדיקייט נאר וואס דען ער דארף וויסן אז ס'דארף זיין ”המבדיל בן קודש לחול”,

126במילא ברענגט דאס א מבדיל בין ישראל לעמים, און דאס דערמאנט מען אים אין דער אנהויבס פון דער וואך, בשעת ”ויעקב הלך לדרכו” ער גייט ארויס אין 'עובדין דחול' דערמאנט מען דאס אים גלייך בא דער ערשטער ברכה וואס איז פארבונדן מיט הבדלה בין שבת ליש בששת ימי המעשה,

127בשעת אט די הבדלה איז ניט קיימת פועל"ט דאס דעמאלט ביי אים, אז ביי אים ווערט דער חול לראש, חול ניט א חס ווערט ביי אים דער ראש און דער עיקר, עד כדי כך, אז ער איז מגרה דעם יצר-הרע, דעם גוי פאלט גאר ניט איין אויף מ'זאל אפגעבן ירושלים-צרי, אים פאלט גאר ניט איין אז מרת המכפל זאל ניט צונעמען אז דאס זאל ווערן ווי דאס איז געווען אברהם אבינו'ס,

128אים פאלט גאר ניט איין דער בית הכנסת הייסט בא די אראבער של אברהם אבינו, אן ארף אראביש, קומט צוגיין אידן און לאזן דארט נ דערנאך איז מען מבטיח אז מ'וועט מתקן זיין, און ניט מקיים די הבטחה.

129ביז וואנענט, כאמור אז מ'האט פון דארט ארויסגעטריבן, ארויסגענומען בכח.

130על אחת כמה וכמה בנוגע צו מהרה סמך פעילה, על אחת כמה וכמה בנוגע צו מקום המקדש וכו ניט חס ושלום מ'זאגט א היתר אז מ'מעג גיין אין בית המקדש,

131איז אבער דא טיילן, בדוגמא ווי כותל המערבי וואס מ'מעג גיין, על דרך זה אויך נאך טיילן, אפילו אז משום אספו קען מען ניט מברר זיין דא רעדט זיך אבער אז גויים ערלויבט מען אהינצו צוגיין ווען זיי ווילן און ווי אזוי זיי ווילן, מ'מאכט ניט קיינע הגבלה, מ'האט מורא זיך צורירן דארטן, מ'שטעלט אוועק אנשי צבא מ'זאל אפהיטן,

132אז מ'זאל ניט מבזה זיין דעם ענין וואס ווערט אנגערופן מצד די קדושה וואס בא זיי, און במילא ניט מעכב זיין בשעת אהינצו וויל גיין א גוי.

133אפילו לאחרי כל ההצדקות מיט ההסברות, אז איצטער איז ”אין יד ישראל תקיפה” און מ'דארף אנקומען צו חסד לעו ממחטת במילא טאר מען זיך ניט איינרייסן אט די זאך נאר וואס דער אויבערשטער האט אליין געגעבן באופן ניסי און ווי גערעדט כמה פעמים בארוכה,

134אז ס'איז שוין נתפרסם געווארן, אז די וואס זיינען געשטאנען בראש האבן ניט געוואלט צולאזן אידן אייננעמען ירושלים העתיקה, כדי זיך ניט איינרייסן מיט פלוני בן פלוני.

135ס'איז געווען אבער דער אזא מעמד ומצב וואס מ'האט ניט געהאט קיין צייט צו פרעגן בא די עומדים בראש, האט דאס אפגעטאן פלוני בן פלוני על דעת עצמו, און האט וועגן דערויף מדיע געווען, און האט שוין אים ניט געקענט חרטה האבן האט מען אבער גלייך געשיקט, לאחרי כיבור שירושלים, כמדובר כמה פעמים, שלוחים אין וואשינגטאן, צווישן זיי א פרומער איד,

136און זאל דארט מסביר זיין, אז דאס איז מערניט מ'האט קיין ברירה ניט געהאט, און מ'זאל זיך צוזאמענרעדן ווי אזוי אפצוגעבן צוריק און באקומען צוריק.

137ס'האט אפגעגאלטן, ווי גערעדט כמה פעמים, אז די גויים האבן דאס ניט געוואלט נעמען, בדוגמא ווי איצטער בהנוגע צו חברון בהנוגע צו שכם בהנוגע צו ירושלים העתיקה וכו וואס לאחרי כל ההבטחות ווייס מען נאך ניט אויף וואס אידן וועלן מסכים זיין אויף וואס זיי האבן שוין מסכים געווען,

138און ס'האט זיך געפאלן אויף א המצאה מאכט דערפון א סוד.

139מ'האט דאך אבער צוטאן מיט ניט-אידן אויך דערנאך פרעגט מען וואס האט ער געמאכט א שר?

140ענטפערט זיי בלייבט ער שולדיק אן ענטפער, אז ס'וואלט ניט געווען קיין שייכות צו דער החלטה, במילא איז ער מעלים הדבר, מגל הדבר וכו בשעת דאס וויגט אבער אויף זיין החלטה, און די החלטה מאכט ער אויפן חשבון פון שלימות הארץ, און די החלטה מאכט ער אויפן חשבון פון שלימות העם,

141ווי דער ענין פון ”מיהו יהודי” וואס ניט ווי מ'האט זיך איינגערעדט, מ'האט איינגערעדט פרומע אידן, א פרומען אידן גייט ער ארום און שושקט אויפן עבד, אז מ'זאל וויסן זיין, אז די שלאה פון מי יהודי איז דאס אן ענין וואס איז נוגע אין חוץ-לארץ, ניט אין ארץ-ישראל,

142ווארום אין חוץ-לארץ איז דא אט די וואס זיי זיינען מגייר ”שלא כהלכה וכו משא'” כן אין ארץ-שראל וכו נוסף אויפן עיקר, אז ס'איז שוין ד וואס דארטן האט מען געגעבן א ראשון פאר רעפארמער, על אחת כמה וכמה פאר קאנסערוואטיווע ס'זאלן זיך פירן כפי העולם ברוכה איז

143איצטער געווארן לאחרונה צוגעקומען ווייטער אמאל, אז ס'קומען אריין אין עוללים חדשים פון נישואי תערובות וכו' וכו,' מ'מאכט ניט קיין חקירה ודרישה, און צווישן זיי האט זיך שוין אריינגעכאפט אזעלכע וואס מ'האט זיי פארשריבן אלס א יהודי, אף על פי וואס לכל הדיעות איז ער ניט קיין יהודי, און טענה"ט אליין, ער וויל ניט מ'זאל אים פארשרייבן!

144האט ער גערעכנט, אז מ'האט געהאפט, אז בשעת ס'וועט זיך אריינמישן ניט קיין פרומע אידן, און מאכן א טומל פון דעם לעצטן ענין וואס ס'איז געווען מיט א ספארטלע, וואס דאס האבן זיי מפרסם געווען בכל ההיתינות,

145וועלן דאך על כל פנים די וואס שושקן צווישן די פרומע שטילערהייט אריין, הערט זיך איין, ס'ווערט ניט נתפעל פאר ”מיהו יהודי”, גיט געלט אויף ישיביץ און מאכט כמה ענינים אחרים, און דאס מאכט ניט אויס איר וועט דאס אפלעגן אויף שפעטער,

146ווארום ס'איז אן ענין פון חוץ-לארץ, וועלן זיי זיך דעמאלט פארשעמען זיך פאר הפועל, אט די וואס האבן געמאכט דעם טומל לעגן אין דעם טונקל זאל זיין שלא לשמה, אבער פון דעם שלא לשמה איז ווייטער געווארן אז מ'זאל וויסן זיין,

147אז ס'גייט-אן די דארטן דער ענין פון גיור שלא כהלכה, מ'פארשרייבט זיי אלס יהודים, איז לאחרי אט דעם טומל איז מען ארויס פון א טענה, היתכן, אז אין אזוינע זאכן מישן זיך ניט קיין פרומע אידן, אז פרומע אידן וואלט מען זיך געמישט, וואלט מען זיך ניט פרומע ניט געדארפט מישן!

148און וואס הארט דיר אז ניט פרומער איד וויל אז ס'זאל זיין כשר?

149דארף דאך זיין צופריד און דער עיקר איז, אז בר בשעה זאגט ער, אז וויבאלד אז דאס איז בא יענער שלא לשמה איז ניט נוגע דער תיקון, און כ' וויל ניט מפרש זיין בשמו, מ'ווייס ווער דאס האט אריינגעשושקעט אין די אירן און צו וועמען ער האט דאס אריינגעשושקעט געבעטן אז מ'זאל דאס ניט מפרסם זיין בשמו,

150אבער עדות דשיקרה אביגרייה וזילול ווי די גמרא זאגט, אז דער וואס גייט מיט דרך השקר ווערט ער ביליג בא דעם וואס דינגט אים און באצאלט אים פאר פירן זיך ”אין דרך השקר” האט מען מפרסם געווען אויך שטילערהייט, ניט דערציילן ווער ס'האט מפרסם געווען, ווער דאס האט געזאגט,

151וועגן וואס פאר א מעמד המצב ער פארנעמט צווישן די פרומע אין דער מפלגה, ניט קיין פשוט'ער פארנעמט א גרויסן ארט דארטן, און האט פאר זיך די הצדקה, טאמער זאגט מען אים, זאגט ער אז ער האט געגעבן שוחה דעם אויבערשטן, ער וועט באקומען אזויפיל און אזויפיל געלט אויף א ישיבה וכיוצא בזה,

152במילא וועט דער אויבערשטער זיין צופרידן אז מ'וועט אפלייגן דעם ענין פון גיור ”שלא כהלכה, אף על פי” וואס איין און איינציקער, אז ער מישט זיך אריין ווערט דאס דערנאך א צרה ”עד סוף כל הדורות”, כמדובר כמה פעמים.

153און אפילו אז ס'וואלט ניט געווען קיין מעשה בפועל, דער עצם ענין אז מ'קובע א חוק, היפך פון חוק התורה, און מ'זאגט א פרומער איד קומט צוגיין און זאגט אז ער קען שלאפן רואיק אים איז דאס ניט נוגע איז דאס נוגע און דאס איז אן ענין וואס איז נוגע צו כל התורה ומצוותי און

154ווי מ'האט דאס אים גופא דערמאנט וואס קאכט ער זיך אין חינוך על פי התורה ביז וואנענט אז ער וויל פארבויגן וכו בשעת אין חינוך על פי התורה ווי ס'דארף-צו-זיין וועט מען לערנען, אז גיור שלא כהלכה איז שלא על פי תורה,

155ער איז מחנך מענטשן אנטקעגן זיך.

156בשעת אבער ס'איז דא שוחד איז ווי כמדובר כמה פעמים שוחד איז ניט דער פשט אז ער ווייס אז דאס איז א שקר, און אף על פי כן טוט ער דאס, דערפאר מ'האט אים געגעבן געלט,

157טאדער כבוד אדער כיוצא, אדער געגעבן געלט אויף זיין מוסד של חינוך שוחד אותו אז דער שוחד פועל"ט ביי אים, אז אים ווייזט זיך אויס ”יעוור עיני חכמים ישלף דברי צדיקים” ער מיינט אז ער איז א חכם, מיינט אז ער איז א צדיק, און ביידע זאכן!

158ער איז טאקע א חכם און א צדיק אין אנדערע זאכן, בשעת ס'קומט אט דער צו דער זאך וואס ער האט באקומען דעם שוחד אט דארטן ווערט ער אן עיבור, רחמנא ליצלן, און דארטן רעדט ער בסילוף, ווארום אים ווייזט זיך אויס אז דאס איז דער דרך התורה, דער אויבערשטער האט צוגענומען זיין שוחד,

159און האט ער צוגענומען ברצון, והא ראי' איז האלט אים ווייטער אויפן בענקל ווי ער איז געווען ביז איצטער, און ריש גרבותא איז אויך משמיא קא ממנו לו, על אחת כמה וכמה אז ער איז גאר שלא בערך העכער פון א ריש גרגותא איז דאך דאס גופא א הוכחה אז ער איז ”בשרירות לבו אילך” און ער קען זיך ווייטער אנגיין מיט דעם סדר.

160וואס דאס איז ווי דאס איז שלימות העם, וואס אט די אלע ענינים פון וואנענט נעמען זיי?

161דאס דערפאר וואס ס'פעלט אין שלימות התורה.

162אז מ'וואלט ניט געלערנט די תורה ווי זי זאל פסק'ענען, נאר די תורה וואלט אים געלערנט ווי ער דארף פסק'ענען וואלט אט דעמאלט די תורה געווען בשלימות, און ער וואלט געווען בשלימות,

163אז ער קומט צוגיין מיט זיינעם א רצון און מיט זיין שוחד, און וויל אויספירן מ'זאל נאך פירן זיך באופן כך וכך, און וויל נוסחות זיין בא דעם ”אל זר אשר בקרבך” און וויל נוסחות זיין בא דעם גוי בפועל,

164על אחת כמה וכמה בא א גוי וואס ער איז פון חוץ על ארץ, איז אט דעמאלט ווערט מען אינגאנצן פארלארן בא זיך, ס'ווערט אינגאנצן פארלארן זיין אידישקייט, און ער ווערט בא זיך אינגאנצן רחמנא ליצלן כשהן נופלים,

165נופלים עד לעפר וואס עפר איז הכל דשים על לב פריער לאזט ער אויף זיך טרעטן זיין אייגענעם יצר-הרע, איז דאס על כל פנים א שכן טאקע א שכן היפך הטוב, אבער א שכן פון חלל השמאלי,

166פון זיין חלל השמאלי, דערנאך לאזט ער אויף אים טרעטן א יצר-הרע פון א צווייטן, דערנאך לאזט ער אויף זיך טרעטן א גוי וואס געפינט זיך אין ארץ-ישראל וחוץ-לארץ א גוי כפשוטו, און שיקט צו אים שלוחים הער זיך איין, איך וועל דיר אפגעבן דעם ענין און ים ענין, און טאמער וועט מען דיר זאגן אז ס'איז היפך ההלכה, זאלסטו וויסן זיין אז זיך האב געפרעגט א רב, און דער רב

167און געגאנגען צום רב און געפרעגט וואס האט ער אים געזאגט?

168ער זאגט דער רב וואס פאר א שאלה מ'האט אים געפרעגט ביי אים אן אנדער שאלה, האט ער אים געזאגט מוטער, איז ער אוועקגעגאנגען גענומען דעם פסק דין אויף דעם ענין.

169קומען צוגיין און געפרעגט א שאלה, צי לא סחנא איז ”עומד בפני פיקוח נפש”?

170האט אים דער רב געזאגט, וואס דאס וואלט אים יעדערער געענטפ אויך דעם לאו פון לא סחנה איז ער אוועקגעגאנגען ווייס ער לייענט צייטונגען, הלוייל האט ער אזויפיל געלערנט תורה וויפל ער לייענט צייטונגען.

171ווייס אז ס'שטייט אין אלע צייטונגען, אז אלע מומחים, בלי יוצא מן הכלל כלל, אלע מומחים לעניני בטחון וצבא האבן געזאגט, אז מ'וועט אפגעבן אט די שטחים,

172איז דאס ברענגען סכנה רחמנא ליצלן הי' לא תהי צו כמה וכמה מישראל, און דאס איז פיקוח נפש מ'זאל ניט אפגעבן האט ער דאס מעלין געווען פון רב, וואלט ער גארניט געגאנגען צום רב, פירט ער זיך בשרירות לבי,

173אבער שרירות לבי איז ער וויל דעם רב אויך אריינשלעפן, דער רב לייענט ניט קיין צייטונגען, האט קיינמאל ניט געטראפן מיט אן אפיציר, האט מען סתם פאר אים דעם מורא אויך, ער שטאמט פון ליטב, וואס אין ליטה האט מען מורא געהאט פאר ער אפי צע,

174על אחת כמה וכמה פאר א גניראל.

175האט אים דאס זאגט, מיטן גאנצן כבוד, און זאגט, והרצא חיים, ס'איז דא אזוינע וואס שרייען, אז מ'טאר ניט אפגעבן קיין שטחים, דערפאר וואס ס'שטייט ליתו חנים און ס'איז ”מצוות לעיות עשה” מן התורה מיט דער גאנצער, פארקערט, מגדיל געווען דעם יוקב פון דער ליתת,

176שעת אבער ס'איז פיקוח נפש וואס א האט אים דער רב געענטפעס, ווי געזאגט פריער, אז ”פיקוח נפש ידיכה” לא שכנים מער האט ער ניט געדארפט האבן.

177ס'איז אוועקגעגאנגען, מפרסם געווען במקומו, און פארט ארום בכל העולם כולו, מפרסם זיין בכל העולם כולו, אז ס'איז דא א פסק-דין פון א רב אז מ'מעג אומקערן שטחים, וואס איצטער די שטחים איז ניט דער איסור פון לא שכנים דאס איז דער איסור וואס מומחים לעניני צבא זאג פון סכנה פקוח נפש ממש למעת ועלפי מישראל.

178און טא דא טאן נאך א מעשה מבדיל.

179דעם פסק-דין פון דעם רב איז ניטא קיין חילוק צי דאס רעדט זיך וועגן יהודה ושומרון, צי דאס רעדט זיך וועגן כותל הערבי, אדער וועגן ירושלים החדשה, אדער וועגן ירושלים העתיקה.

180ניט נאר וועגן ירושלים העתיקה.

181אז דו וויסט שוין מפסף'ן דעם פסק-דין פון רב, זאג אים בשלימותו, ניט קיין חצי דבר, זאג אז דער רב האט גע'פסק'נט, אז אויב דאס איז פיקוח נפש ביסטו דער פארשטייער פון דעם רב וואס הייסט, רחמנא ליצלן, אפגעבן ירושלים החדשה, ירושלים העתיקה, בני ברק, און כפר חב"ד, כדי זיך ניט פאררייסן מיטן גוי.

182ער ווייס אבער ער וועט דאס מגלה זיין וועט מען אים גלייך אראפזעצן פון זיינע אלע פיקויים, אלע תפקידים, אלע בענקלאך, איז וואס האט ער געטאן די חכמה?

183וויסנדיק אז סוף כל סוף וועט דאס נתברר ווערן כלינו ברבים, אז ער האט געפרעגט די שאלה מטה געווען דעם רב, ניט דערציילנדיק אז איצטער איז דער זעלבער שטח וואס איז געווען מיט א זמן לפני זה אפשר ניט נוגע לבטחון אדער יא נוגע, אבער איצטער איז דער מצב אז דאס איז פיקוח נפש האט ער דאס מעלים געווען, ער ווייס דערפון, און ניט, דערציילט דעם רב,

184האט אים געבראכט לידי טעות, פרעגנדיק די שאלה מצד דעם מעמד ומצב פון לו סחנין, און געבראכט מפרסם געווען דעם פסק דין כאילו אז דאס גייט אויף אט דעם מעמד ומצב וואס כל המומחים ”באותו ענין בלי” יוצא מן הכלל זאגן אז דאס איז אן ענין וואס דורך דערויף ברענגט מען א סכנה הי' לא תהי אויף כמה וכמה מישראל.

185און האט ער אויך מעלים געווען, ער דארף דאך נוסחות זיין בא די אנשי הממשלה, אז ער וועט קומען זיי צו זאגן, אז ער האלט מצד דעם פסק-דין פון דעם רב אז מ'דארף אפגעבן ירושלים העתיקה, מ'דארף אפגעבן ירושלים החדשות מצות מנים וכיוצא בזה כמה וכמה שטחים וועט מען אים גלייך ארויסטרייבן, און ער דארט ניט האבן מער וואס צו טאן האט ער דאס ניט דערציילט!

186און געגעבן צו פארשטיין, אז ער רעדט וועגן דערויף וואס קנאים קאכן זיך, וואס קנאים קאכן זיך מערניט ווי יהודו ושומרו, אבער אין ירושלים העתיקה האלט ער אויך אים דארף ניטא.

187וואס הייסט דו האלסט?! דער רב האט דיר גע'פסק'נט לויט דיין שאלה, אז מ'מעג גאר דעם ניט מ'מעג, מ'דארף אפגעבן ירושלים העתיקה כדי צו פארהיטן א נפש אחת מישראל.

188מ'האט געפרעגט בא מיר, וויבאלד אז די זאך איז אזויפיל ברור ופשוט, אז ווי קומט אז ס'גייט ארום א איד וואס אין אלע איבעריקע ענינים איז ער אן ”איש חכם בן” עבור?

189אז חוץ דערויף איז ער א מומחה אין עניני פאליטיקע, און זאגט אזא זאך וואס דאס איז ניט א ”מילתא דעבידי לגלוי'” מארגן דאס איז א מילתא וואס איז שוין נתגלה געווארן מיט א טאג פאר דערויף, ווארום ס'איז שוין געווען געדרוקט אין די צייטן די אלע ענינים די מיינונגען פון די אנשי בטחון מיט אנשי צבח,

190שוין געווען געדרוקט, אז אין ענין פון לא תחנא דער ענין פון פיקוח נפ צווישן ירושלים ועתיקו, ירושלים חדשה, איז יהודה ושומרון,

191אויף ביידע אתחל לא תחנם בשוה, אויף ביידע אתחל א פיקוח נפש דוחה ”כל התורה כולה” אויך בשוה, איז ממה נפשך, אויב ס'איז מערניט ווי לא תחנם טאר מען ניט שטעלן אין סכנה, אין ספה סכנה, אפילו דעם לעבן פון איין סאלדאט, פון איין אידן,

192און אויב דער מצב איז פארקערט, אז דאס ברענגט די סכנה טאר מען ניט אפגעבן קיין שעל אחד אין די אלע ערטער וואס זיי זיינען סמוכים לספר.

193וואס דאס איז א פסק-דין ברא אין שולחן ערוך, דא קען מען זיך ניט דינגען, און אף על פי כן גייט ער ארום און פארט ארום און האלט אין איין רעדן, און פריער שושק"ט ער אויף ניו, און דערנאך זאגט ער דאס בגלוי, איז דאך לכאורה, וויבאלד אז דאס אז ”מילתא דעבידי לגלוי” היינט ווי קען זיין ער טאן אזא מין זאך, זאגן אזא מין זאך, מוז דאך עפעס זיין דא א הושעת?

194איך האב אים געענפער בפשטות. ס'איז דא דער כלל ידוע ביי א פאליטיקער, אז א קליינעם ליגן איז דא א ספק, צי ער וועט נתקבל ווערן צי ניט.

195בשעת מ'זאגט א גרויסער ליגן, און מ'זאגט אים כמה וכמה פעמים קומט דעמאלט צוגיין דער שומע און טענה"ט וויבאלד אז דאס איז א דבר מבהיל, האט לכאורה ניט קיין ארט אין שכל, און אף על פי כן זאגט דאס א קלוגער מענטש איין מאל און א צווייטן און א דריטן מאל מוז דאך דערפעס זיין, איז א סימן אז דאס איז אזוי.

196דערנאך קומט מען צוגיין און חזר"ט איבער נאכאמאל דעם גרויסן ליגן, איז מצד דעם ענין מבהיל וואס אין דערויף איז דא ווערט דאס נתקבל.

197און איך וויל אים דערמאנען דעם נאמען פון דעם גוי ומך שמביא זכרו וואס ער האט דאס געזאגט בראדים און געזאגט בפרסום הכי גדול, אז מ'זאל זאגן א גרויסן ליגן וועט דאס סוף כל סוף נתקבל ווערן, און דערנאך איז דא רחמנא ליצלן אידן וואס הולכים בקבותיו,

198אין דעם פרט, אף על פי וואס זיי אליין האבן געליטן פון אים, איז דער רבי אויף יעדער שאל וואו ער זאל זיך ניט געפינען ועד"ז בעלות חנים איז אויך בשוה.

199על כל פנים דארף מען זען, אז די וואס האלטן זיך ביים שולחן ערוך בגלוי אויך, ניט נאר פאר זיך אין חיים הפרטיים, נאר אויך בהנוגע צו חיים הכלליים, און האלטן זיך אויך אין שולחן ערוך, און דאס איז בא זיי דער איינציקער פוסק, וואס אין דעם שולחן ערוך שטייט, אז מ'פרעגט א שאלה ביי א רב,

200איז רחמנא ליצלן טאר מען אים ניט מטה זיין זאגן אויף די שאלה בענין זה און ארויסבאקומען א היתר, און נוצן דעם היתר אויף אן ענין הפכי, אויף אן ענין וואס לא בגדר זה כלל?

201איז על כל פנים דארף מען זען, אז די וואס טומלען לנגד זה זאלן ניט ווערן מיט אויף צו טומלען און מגלה זיין דעם שקר ברבים, און מודיע זיין דעם פסק דין אין שולחן-ערוך, אף על פי וואס דאס איז געדרוקט בפירוש און געדרוקט אין אלע שולחן-ערוך,

202ס'איז אן קיין חילוק, ניטא אין דערויף קיינע חילוקים פון וואס פאר א דפוס און וואו מ'האט דאס געדרוקט, מיטן זעלבן נוסח, אז אויב ס'איז פיקוח-נפש, און אויף פיקוח-נפש וועט א מומחה מערניט ווי מומחה לעניני צבא וכו,' און אט דעמאלט וועט מען סוף-כל-סוף פטור ווערן פון 'כללות ענין' הגלות, אנהויבנדיק וואס מ'וועט באפרייען אט דעם אידן פון זיין

203וואס ער קבוש תחת היצר הרע שלו, עד כדי כך אז ער איז מוסית ומדיח רבנים, דורך דערויף וואס ער דערציילט אים דעם מעמד ומצב כפור ווי דאס איז אין דער מציאות,

204און דערנאך בשעת ער וועט אנהויבן ארויסגיין לחירות וועט דאס אויך פועל זיין אויף די ההולכים בעקבותיו וואס מאכן זיך ניט וויסנדיק פון דעם טעות וואס ער ברענגט אריין און בלבול המוחות, און מ'זאגט, אז וויבאלד אז ער איז א פרומער איד בחייו הפרטיים,

205איז אט דעמאלט קען ער זיך אויף אים פארלאזן, ער איז ניט מחוייב מהרר זיין אחרי רבו אין עניני פאליטיקע, איז ער זיין רב ומלמד וכיוצא בזה.

206וואס דורך דערויף וועט אויך צוקומען אין דעם קלענער מאכן דער חושך כפול ומכופל ביי א צווייטן אידן און ביי א דריטן אידן און בא כמה אידן, ביז וואנענט אז ס'וועט אויך זיין דער עול הגואל די ניט-אידן וועלן דערהערן אז די דריי ערטער איז בפשטות ניט גזולים הם, כמדובר לעיל בארוכה.

207אז ביז וואנענט אז אויך גאנץ ארץ ישראל לגבולותי' איז דאס א נחלת עולם לים עולם, צוזאמען מיט שלימות התורה, מיט תורה וואס זי איז א עולמית ”התורה זו לא תהי' מוחלפת”.

208און אט דעמאלט וועט מען פטור' וועגן פון אלע לחצים, פון אלע צודריקן אין די לעצטע טעג פון גלות.

209ובקרוב ממש וועט מען דורך דעם בקומות קופ ובקוממיות, איז נאך זייענדיק אין מצרים, בדוגמא ווי ס'איז דעמאלט געווען ”לכל בני ישראל הי' אור במושבותם” נאך זייענדיק אין מצרים וועט מען גיין מקבל-זיין פני משיח צדקנו בשמחה ובריקוד, נאך אין די לעצטע רגעים פון גלות,

210ובעגלא דידן במהרה בימינו ממש.

211לחיים.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים