transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1דער סיום השת איז זאגט ער ”תנא דבי אליהו כל השיני הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בין עולם הבא”, און מ'לערנט דאס אפ פון א פסוק.
¶2אויף הלכות מאכט רשי אז דאס איז משנה ברייתית און ”הלכה למשה מסיני”, פארוואס עפעס דוקא הלכות איז דאך דא איז דאך דאס מבאר דער אלטער רבי אין אגרת הקודש, אז אזוי ווי דער תכלית הכוונה איז דאך, אז מ'זאל מקיים זיין דעם אויבערשטנ'ס רצון,
¶3אזוי ווי דעם אויבערשטנ'ס רצון איז דא אין תורה בכללותה, פון תורה שבכתב איז אבער שווער ארויסצונעמען וויסן בדיוק, על דרך ווי ס'שטייט וכשרתם לא תעל ידיך וכתפת ביניניך ווייס מען דאך ניט די פרטים אין וואס דער 'רצון העליון' באשטייט, ווי די תפילין דארפן זיין?
¶4איז דאס איז דא אין תורה שבעל פה.
¶5אין תורה שבעל פה אליין איז דאך דא דער חלק הפלפול שבעל פה, די שקלא וטריא, און ס'איז אבער דא די הלכות פסוקות פון תורה שבעל פה, פון וואנענט קען מען ארויסקריגן דעם 'רצון העליון', אז מ'זאל אים קענען קיים זיין ווי דער אויבערשטער וויל?
¶6איז דארף מען דאס אנקומען צו דער הלכה פסוקה, וואס דערפאר איז די מעלה פון דער הלכה לגבי אנדערע חלקים פון תורה.
¶7דערפון איז פארשטאנדיק פארוואס ער זאגט הלכות, און ס'איז אויך פארשטאנדיק פארוואס דורך דעם פועל"ט מען אים ”מובטח לו שהוא בן עולם הבא”, ווי ער איז מבאר אין אגרת הקודש,
¶8אז אין עולם הבא איז דעמאלט איז דער תענוג הנשמות פון אלקות ווי קען מען האבן דערפון א תענוג און מ'זאל ניט בטל ווערן פון די מציאות דארף מען האבן א לבוש פון 'רצון העליון', וואס דאס שטייט בגלוי, אין א הלכה פסוקה, ווייס מען וואס דער אויבערשטער וויל,
¶9אין דערויף איז אבער נאך ניט נתבאר געווארן דער מנין פון בכל יום.
¶10ממה נפשך אדער מ'האט דאס געדארפט מאנען אז דאס זאל זיין אופטער, אדער ס'מאכט ניט אויס אז דאס וועט זיין זעלטענער, וואס איז דער ענין וואס מ'מאנט דאס אז דאס זאל זיין ווייניקסטנס אמאל א טאג?
¶11איז ביאמת געפינט מען על דרך זה אין ברכת התורה, וואס ברכת התורה ווי ס'פירט זיך ביי אונז איז מען מברך פעם אחת ביום, און דאס איז אינדערפרי,
¶12איז אבער אין דערויף גופא דארף מען פארשטיין דעם טעם פארוואס דאס איז.
¶13דער ענין פון תורה, איז דא אין דערויף צוויי דיעות, איינער וואס זאגט, אז אויב אי אפשר, איז אין וואס באשטייט די מצות תלמוד תורה?
¶14פעם ”אחת בשחרות ופעם אחת בערבית” וואס דאס איז בכללות די דיעה פון ר' יוסי, און מ'לערנט דאס אפ, אז ער זאגט אנטקעגן דעם לחם הפנים אז דאס ווערט אנגערופן בשם תמיד אויב אפילו ס'איז באמצע געווען א הפסק,
¶15וויבאלד אבער אז ער האט זמנים קבויים, אז ס'איז ניט דורכגעגאנגען קיין לילה בלא לחם על השולחן ווערט דאס אנגערופן ”לחם פנים לפני תמיד” אט אזוי איז אויך אט דער תמיד וואס שטייט בא תלמוד תורה, קען אויך זיין אז ס'זאל זיין פעם ”אחת בשחרית, פעם אחת בערבית”, אדער פעם אחת ביום.
¶16נאך די רבנן וואס זיי האלטן אבער, אז מ'דארף לערנען תורה כל היום כולו, איז ווארום זיי לערנען אז דער ענין פון תמיד מיינט מען כפשוטו, אז ס'דארף זיין אן א הפסק, און אויב ס'איז געווען א הפסק איז דאס דעמאלט שוין ניט תמיד.
¶17דער ענין וואס מ'דארף מברך זיין אז מ'דארף מאכן אויף א זאך א ברכה, ווען קען מען קומען צו א חיוב ברכה אויף דעם זעלבע זאך נאכאמאל?
¶18איז דא אויף דערויף צוויי אופנים, נאך איין דיעה נאך דארף זיין אין מיטן א הפסק, נאך א דיעה נאך דארף זיין אין מיטן הישך הדעת, הנמלך בדעתו וואס הפסקו און הישך הדעת קען זיין איינע אן די צווייטע,
¶19על דרך ס'קען זיין, אז ס'זאל זיין הפסקה, און ער זאל ניט מסיח-דעת זיין, וואס דערפאר שטייט דאך, אז דעתו זאל זיין א 'לימוד התורה' אפילו ווען ער לערנט ניט תורה, איז דאך במילא, נאך די רבנים וואס האלטן אז תמיד מיינט מען כפשוטו, איז דאך דאס א הפסקה,
¶20ס'איז אבער ניטא דערביי קיין הישך הדעת, ווארום דעתו עליו אז גלייך ווי ער וועט זיך באפרייען פון זיין נוסק וועט ער זיך זעצן לערנען.
¶21ס'קען זיין הישך הדעת און אן הפסקה, איז דאס איז דא דער דין אנטקעגן שמירת מי חטתת איז הישך הדעת איז פותל.
¶22איז דארט דער פשט הישך הדעת, ניט אז ער האט ניט בא זיך די מים, אויב אפילו ער טראגט די מים על כצופו, נאר וואס דען?
¶23ער איז צו נמצא מאחוריו און ער האט מציח דעת געווען, היט ער זיך זיי, ס'געפינט זיך אין תואר מעמד ומצב איז גארניט נשתנה געווארן, ס'איז ניטא קיין הפסק ס'איז אבער דא דער הישך הדעת.
¶24בא דעם ענין פון ברכת התורה, אויב מיר זאלן זאגן אז ווען ווערט מען מחוייב אין א ברכה בשעת ס'איז דא א הפסק אין דעם 'לימוד התורה' איז דעמאלט איז ביידע זאכן ניט פארשטאנדיק, נאך דעת רבנן,
¶25נאך דעת רבנן, נאך
¶26דעת רבנן, וואס זיי האלטן, אז אפילו ס'איז געווען א הפסק באמצע היום איז דאס שוין ניט תמיד, במילא קומט זיך אויס, אז גלייך והפסיק פון 'לימוד התורה' אפילו באמצע היום זאל ער דארפן מאכן נאכאמאל א ברכה.
¶27דער דין איז דאך אבער ניט אזוי.
¶28לאידך גיסא נאך ר' יוסי נאך, וואס ער האלט אז תמיד הייסט אז ער האט נאר זמנים כבויים, און אויב ער איז געווען אין מבואות המתונפות וואס דאס טאר מען ניט לערנען תורה,
¶29איז ער זיך מפסיק געווען בלימודו, וויבאלד אבער אז דעתו עליו געפינט ער זיך נאך אין דעם ענין, ער האט ניט מסיח דעת געווען, וויבאלד ער האט ניט מסיח דעת געווען דארף ער ניט מאכן נאכאמאל כברכה,
¶30משא"כ אבער בשעת ער שטייט-אויף אינדערפרי נאכן שלאפן, וואס ער איז דאך געווען א ישן,
¶31במילא איז דאך דא דער ענין פון הישך הדעת, איז דערפאר איז בכל יום דארף ער מאכן ברכת התורה פון אנין דאס איז וואלט אבער געווען לכאורה א טעם,
¶32אבער דא אויף דערויף דער ענין פון הישך הדעת איז על פי נגלה, און על אחת כמה וכמה על פי חסידות, ווען מאנט מען ביי א אידן ער זאל זיך צוטראגן ווען ער שטייט אין דעם גדר פון דעת,
¶33דעמאלט טאר ניט זיין קיין הישך הדעת, אויב ער איז לגמרי מצד סיבות חיצוניות ניט שייך צו דעת מאנט מען ביי אים ניט אויך דעם ענין פון צוטראגן זיך, איז אויך ניטא דער כתוב פון הישך הדעת, ווארום אינו מבקר השלה לפי כוחה.
¶34וויבאלד אז דאס איז אזוי אין חסידות, איז בדרך ממילא איז אין נגלה אויך אזוי דער דין.
¶35דערפאר איז דא דער דין, אז כלים פון מקדש, וואס מ'האט פון זיי מסיח דעת געווען, דארפן זיי האבן טבילה, איז אבער דא א צווייטער דין, אז מ'האט געפונען א סתקים בעזרה בי' ג' אדער י' ד' בניסן, איז אמאל דארף ער האבן יא טבילה, און אמאל דארף ער ניט האבן טבילה.
¶36פרעגט אויס-ויט א קשיא, ”למאי נפקא מין”, איז ווען מ'האט אים געפונען וויבאלד אז דער טאקע איז ניט געווען א פארלארענער, און דערנאך האט מען אים געפונען האט דאך קיינער ניט געהאט קיין דעת וועגן אים, האט ער דאך געדארפט האבן טבילה מצד הישך הדעת אליין?
¶37ענטפערט אויף דערויף תוספות, אז ביי א נעבד אויב ער איז פארלארן געווארן מדעת בני אדם, דער באלעבאס האט צו אים לגמרי קיין שייכות ניט, איז דארט איז ניט שייך צו הישך הדע דערפאר וואס דער גאנצער ענין פון נבד איז ניט שייך צו דעת.
¶38על דרך זה זאגט ער אויך אין תוספת ישנים אין יומא פרעגט מען די שאלה אנטקעגן תפילין,
¶39זאגט דארט די גמרא אז מ'טאר ניט שלאפן בתפילין שמה יפיאך בהם פרעגט תוספת א קשיא וואס דארף מען אנקומען צו א זייטיקע גזירה אויף תפילין טאר מען זיך ניט מסיח זיין מיט א קל-וחומר, מיט איץ וויבאלד ווי ער ווערט נאר אנטשלאפן האט ער זיך ניט ”דעתו על התפילין”?
¶40ענטפערט אויף דערויף תוספות, אז בישן איז ניט שייך דער פתול פון הישך הדעת.
¶41וואס הייסט ניט שייך דער פתול? ער האט דאך ניט דעם דעתו עליו וויבאלד אז ער איז אינגאנצן ניט שייך צו דעם גאנצן ענין פון דעת, איז דעמאלט העלפט ניט זיין דעת, ווארום ער האט דאס ניט, און ס'פאשל'ט ניט דער הישך הדעת, ווארום ער שטייט לגמרי ניט אין דעם גדר.
¶42און דערפאר איז אויך דארף מען האבן א קטן, א לימוד מיוחד, אז עבודתו איז טויג ניט בקדשים מ'קען ניט יוצא-זיין דערמיט וואס ער האט דאך ניט קיין דעת, און אין קדשים דארף מען דאך האבן דעת, ווארום וויבאלד אז ער איז לגמרי ניט אין דעם גדר איז הישך הדעת אין אים ניט פויזל.
¶43די זעלבע זאך בלייבט דאך אויך די שאלה אויף תורה איז לכאורה איז נאך ביידע דיעות נאך, נאך די רבנן נאך, איז דער הפסק דארף מען אפילו באמצע היום, נאך ר' יוסי נאך, וואס ער הייסט תמיד, אויב ס'איז זמנים קבויים איז דעמאלט וואלט מספיק געווען א ”ברכה אחת כל” ימי חייו,
¶44ווארום אפילו אז ער שלאפט אינמיטן איז דאס ניט קיין ענין פון הישך הדעת, דאס איז אן ענין וואס ער האט לגמרי צו דעת קיין שייכות ניט, איז דער ענין ביי אים ניט פותל.
¶45מוז מען זאגן, אז פארוואס דארף מען האבן אט די ברכה, אז אין דעם פרט האבן די רבנן פארגליכן ברכת התורה צו די איבעריקע ברכת השחר, אז פונקט אזוי ווי די אנדערע ברכות השחר האט מען מתקן געווען אויף מנהגו של עולם, און מ'האט דאס קובע געווען פעם אחת ביום,
¶46און ווען האט מען אויסגעקליבן די צייט?
¶47ווען ”נעשה כברי' חדשה” וואס דאס איז ”חדשים לבקרים” אט אזוי איז אויך האט מען ברכות התורה מצרף געווען אויך אין דעם פרט ווי די אנדערע ברכות השחר, אז ס'זאל מחוייב ווערן ווען ער ווערט א ”בר יחדשה” האט מען דאך צוטאן מיט א נייעם מענטשן, במילא דארף ער נאכאמאל בענטשן, ”אשר בחר בנו מכל העמים” די ברכת התורה.
¶48דערמיט איז אויך פארשטאנדיק, פארוואס עפעס אויף כל השיני הלכות איז זאגט מען ווייניקסטן'ס איין מאל א טאג, ווארום וויבאלד אז ער ווערט דער עולם ”קטן זה האדם” אין מדרש תנחומא רופט ער אן א מענטשן ”בשם עולם קטן” ווערט דאך א נייע בריאה בכל יום ויום, דארף זיין נאכאמאל דער ענין פון נותן התורה, פון מתינת התורה מחדש,
¶49ונעשה ”ברי' חדשה”, אזוי ווי דער ”כל העולם כולו לא נברא אלא בשבילו” פועל"ט דאס אויך דער ”הליכות עולם לו” אין עולם הבא וואס ער איז מובטח לו לאחר זמן, און דורך דעם און דערוויילע איז ווערט ער אויך באלעבאס אין 'עולם הזה', ווי ער דרש'נט אין ירושלמי אויף לכל גומר עלי.
¶50דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז כל עניני העולם איז ביי אים קיין סתירה ניט, ווארום ער איז דארט באלעבאס דורך דער תורה וואס ער האט מקבל געווען אינדערפרי, און דערפאר הויבט ער אן דערנאך מיט דער מצוה פון קריאה שמה, וואס דאס איז דאך די קבלת סול 'מלכות שמים',
¶51ווי די גמרא זאגט אויף השם אחד זאגט ער דאך אז מלכתו ל”מעלה ולמטה ולד' רוחות” העולם איז מען משמיע גלייך דעם חידוש, און וויבאלד אז דאס איז א חידוש איז דערפאר איז דאס דער תנא מקדים,
¶52אז אפילו בערבין, ווען די וועלט איז ניט שייך צו מקבל זיין דעם ”שמש ומגן השם אלקים” דמור השם איז אט דעמאלט, דורך דער ”הליכות עולם” וואס ער האט מקבל געווען אינדערפרי די תורה און איז געווארן באלעבאס אין וועלט, איז במשך כל היום כולו איז ניטא דער ענין פון היסך הדעת, ווי דער אלטער רבי פסק'נט אפ אין שולחן ערוך,
¶53אז אפילו ”מי שאין תורתו אומנתו”, און אפילו דער וואס טראכט ניט בשעת'ן עוסק ווען וועט ער קומען די צייט ער זאל לערנען דעם שיעור קבוע, וויבאלד אבער אז דער חיוב פון 'לימוד התורה' ליגט אויף אים במשך ”כל היום וכל הלילה” האט ער די ברכת התורה וואס ער האט געמאכט אינדערפרי על ”כל היום כולו, והלילה” שלאחריו,
¶54און דערפאר איז אפילו ביערבין קען ער דעמאלט לייענען און זאגן ”שמה ישראל הוי' אלקינו השם אחד” ”המליכתו למעלה ולמטה ולד' רוחות”, דערפאר וואס דורך דעם 'שונה הלכות' איז ער געווארן באלעבאס,
¶55און וויבאלד אז ער איז באלעבאס קען ער מאכן דארט דעם אויבערשטן פאר א באלעבאס אפילו ווען אין דער גאנצער וועלט איז נאך פינסטער, ביז וואנענט ער פועל"ט, אז פון דעם קורא נשמע בערבין קען ער דערנאך קומען, אז אפילו בשחרות, ווען אין דער וועלט איז ליכטיק ווי די וועלט פארשטייט אלקות,
¶56קומט ערשט צוגיין און איז מוסיף אין דערויף א הבנה פנימית יותר און א הבנה עמוקה יותר על דרך ווי ס'שטייט ה' אלקים פארשטייט וועלט אויך,
¶57דערפאר האט פרעה אויך געזאגט אלקים אבער את הוי' האט ער געזאגט אז דאס ווייס ער ניט, היה הוה ויהי' כאחד אז אין תרף זאל זיין למעלה מלטבע, דאס פארשטייט ניט ניט קיין איד,
¶58איז אפילו ווען די וועלט שטייט אין דער עבודה פון אלקים, וואס דאס איז בגימטריא הטבע אבער מיט זייערע הגבלות, איז קומט צוגיין א איד, און איז קורא שמה בשחרית אויך,
¶59אויף מאכן נאך ליכטיקער אז ס'זאל זיין ”הוי' אחד ושמו אחד” אז וואס דאס איז לעתיד לבו, וועט דאס אראפ בגלוי, אז דער שם אדנ ולשם אלקים וועט אין זיי מוער-זיין דער 'שם הוי'' הי' הוה ויהי' כאחד, אז אין טבע וועט מען זען למעלה ”מן הטבע בעיני” בשר.
¶60לחיים. לחיים.